תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ

6 +-ס זאו

81 1810 11

/2476/-61טגח )

6 111846 1088 16ססט 1115 {ס װס65610011זטן 11ו10116דד0ת 58 1371411 /וט {ס ז110110 10 8 1186 65 2010766111/1

מ אידג מעמזזז גנפונפפנצ עס א0ס 601,261 6084 עת1 מסע סאנסאטע 112 זצסמע אמט 2 צט דאג/,2ע אז 209595181/4/4 עמתתת 85/טע אסנדגא; מאטשסע את11296440 .ם ג/,תג/28ת/3 מא,,; סנע,ג,ם

2

אה דאוםי) 8668 ופוטסנ1צ, זא א116,/וו

פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג,

אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע

60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413

)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ

עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ

;צם פעפונצסעע ,לע

4 1 01960ט) .ם 1006 1

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ /ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 8160 208 06 +ז6ט10 1ס1011110011 16/3008 151911160118 0561 .כן /161

1010111115/6 800 614 5001 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא ז6116) 000 310615/1 8 1101

{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 .151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8

1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז -1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 .18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן

יינ :2 צין אנין 2 טיילן

פאַרלאַג אידביוראָ 1957

1 1415 512 אסעאז,01ש

/04 05 0021/710ס

תמעצפאזמאזעם א8580ת2ג) 7 ,עס צ 6ז1

/01 23/008060 סמטם חפזשט? ;זאאסזזדיאא

1018060/1914406 ממסיד"ם 8004 זזטמהזהמיץ 1960 1:489 39

ערשטער מייל

פוליע טשערנערץ.

אין דעם הויז, וואו מען לאַכט און מען וויינט

אַ גרינער טראמוויי מיט ליכטיקע פענצטער שטופּט זיך אַריין אין דער שמאָלער נאָס,. קליננט דער טראַמויי צודרינגלעך און חוצפּה'דיק און קריבט טריט בא טריט. מענטשן צעשטופּן זיך און לאָזן אים דורך.

אַ שמאָלע גאַס מיט אָפּנגעקראָכענע טענעמענט-הייזער. קראָמען, פּוש- קאַרטס. אױיסגעהאָרעװועטע טאַטעס, ברייטע, צעשוואומענע מאַמעס, עלטערע אידן מיט בערד, באָבעס אין די היימישע קאָפּן-טיכלעך, איננעלעך, מיידעלעך, צעשויבערטע, צעווילדעוועטע, פרעכע, שרייענדיקע, האָבן פאַרכאַפּט יעדער פּיצל טראַטואַר, יעדער שטיק? מיטןנאַס, זיי קאָנען ניט אִפּשטעלן דעם טראַמװײי, װאָס האָט זיך אַרייננעריסן אין זייער מענטשן-שטאָק, דערפאַר העננען זיי זיך אָן פונהינטן און געװאַלדעװען און ליאַרעמען.

ס'איז אַ זומער-פאַרנאַכט, אַף די דעכער זיצן אידן פון אוקראַינע, פּױלן, רומעניע און נאַליציע, אידן פון נאָר דער וועלט, און האָבן אַ קאַפּעלע הנאה פון פאַרדעכטיקע ווינטלעך, די פארדעכטיקע ווינטלעך קומען ניט פון גרינע פעלדער, ניט פון קילע ימ'ען. זיי קומען פון פאַר'עיפּוש'טן איסט- ריווער. הייסע און טוכלע ווינטלעך. אָבער די לופט-כאַפּער פאָכן זיך און קוויקן זיך : מילא, לאָז זיין אַזאַ ווינטעלע, אַבי ס'בלאָזט.

אַפן בלאָק שרייען קינדערלעך מיט שאַרפע, שניידנדיקע קולות. שרייען קינדער אויך פון אַנדערע בלאָקס אַרום דעם געננט. די טאַטעס און מאַמעס אַף די דעכער, צעכראַסטעטע, אָפּגעשפּיליעטע, שמועסן צווישן זיך, קלאָגן זיך אַף דער שרעקלעכער חיץ, אַף דעם שווערן ביטערן לעבן אין אַמעריקע, אייניקע שלאָפן איין, אייניקע ווינן זיך און זינגען אונטער די אַלְטע נינונימ- לעך פון דער אַלטער היים,

שרייען הילכיק די נאַסן, ברומען די דעכער, און אין אַ הויז אַף קלינטאָן ספטריט שטאַרבט אַ מענטש. אַ מענטש שטארבט אַפן פערטן שטאָק, און אַפן פינפטן שטאָק צענייט זיך אַ װיקטראָלאַ מיט אַ לוסטיק ניגונ/ד?. אַך, װוי ס'איז איר נום דאָרטן, דער װיקטראָלאַ ! אַ רעקאָרד אַזאַ דרייט זיך מיט אַ רוסישער קאַזאַטשקע און מען האָפּעט דאָרטן און מען שרייט: עך, עך, אַכטי דע- באכטי.

}5 1

עס ברענט דער גאָסן-לאָמפּ מיט אַ רויטלעכער מוטנער ליכט און ניסט אָפּ מיט אַ רויטלעכער מוטנער שיין די פאָרהאַנגלעך, װאָס פלאַטערן ניט, װאָס הענגען טויטע, אָן אַן אָטעם, איינגעפאַלענע לויזע שמאַטקעלעך,

בעסי וויינט אין דער פינצטערער סיך. די מאַמע הייסט בעסי און זי וויינט מיט אַ ציטערנדיסן, דינעם נעװיין. דער מאַמעס געויין דער- נייט שוין ניט צום טאַטן, װאָס לינט אין פינצטערן אַלקער? אַפן הויכן בעט. דער געשריי פון דער נאָס און דער נעברום פון די דעכער דערגרייכט צו אים שוין אויך ניט. ער אין פאַרטאָן אין אַן אַנדער וועלט. אַן אומקלאָרע פינצטערע וועלט, און אומגעהויערע נרויסע שווארצע הינט האַוװקען בייז. האַוו, האַװו ! --- בילן זיי אין די אויערן פון שמערלען דעם פּעדלער, װאָס דאַרף איצט שטאַרבן און פאַרזאַמלט ווערן צו זיינע עלטערן, וועלכע לינן אַף אַ ווייטן בית-עולם ערנעץ אין אַ פּויליש שטעטל,

אַף אַ הויכן בעט לינט ער מיטן פּנים אַרױף צו דער פינצטערער הוילעניש. די מאַמע האָט אים אויסנעבעט אַ הויך בעט. אַלע קישנס אונטער- געליינט און אים צוגעדעקט מיט אַלע קאָלדרעס און מיטן פּוילישן איבערבעט, ס'טוט זיך איצט פון אים אֶפּ די װואַרעמקייט פון לעבן,

שוין פיר טענ אַז ער צאַנקט און גייט אויס און ויל נאָך ניט אויסגיין. ער ראַנגלט זיך, ער ווערט זיך, ער האַלט זיך אָן. נאָך אַ קליין ברעקעלע לעבן איז נעבליבן און ער האַלט זיך אָן דעם אֶן מיטן לעצטן טראָפּעלע כח.

מרים, די עלטסטע, צװאנציק-יאָריקע טאָכטער, זיצט אַף זיין בעט מיט פאַרמאכטע אוינן און שרעקט זיך װאָס דער טאטע אָטעמט אַזױ פּאַװאָליע. צו ביסלעכווייז, שטיקלעכווייז אָטעמט ער. אַ, איר טאַטע, װאָס זיינע טעג זיינען גענאַנגען פאַר אירע אוינן אַזױנע געמאַטערטע און געפּײיניקטע.

מויש איז הונגעריק. דער 18-יאָריקער מויש מיט די לאַנגע אויערן און באַפּרישטשעטן פּנים. ,א דזשי", קלאַנט ער צו דער פינצטערניש, און ווייסט אַפילו ניט צי אימיצער הערט אים. ער איז הונגעריק און אין הויז איז טרוקן, אָפּנעראַמט יעדער ברעקעלע. ,אַ דזשי, אַ דזשי!" וער איז צו אים דזשי ? אפשר אַן אָנקל זיינער, אָדער אַן אַנדער קרוב 4 , דזשי" איז אים קיינער ניט. א ,דזשי" איז דער, װאָס די קינדער פון קלינטאָן סטריט רופן אים, ווען ס'איז זיי ניט נוט, און ווען מען ווייסט אפילו ניט ווער עס איז אַזױינער דער ,דזשי". ער וויל עסן, מויש. שטאַרק עסן וויל ער, , אַ דזשי !"

מילדרעד, אַ מייד? פון אַ יאֶר 17, לאַכט. כי, כי, כי, צישעט זי זיך

161

ערנעץ אין דער פינצטער. זי האָם אַזױ לאַנג געטראַכט און געטראכט ביז זי האָט דערזען אין גנעדאַנק טשאַרלי טשאַפּלינ'ען אָנקומען. ער איז אָנגעקומען אין אַ פראַק, דרייענדיק זיין שטעקעלע צווישן די פיננער. מיט זיינע קרומע פיס איז די לאַננע שיך, האָט ער זיך פאַרנוינט צו איר. -- , חאַו דו יו דו," -- האָט ער געמאַכט,

--- כי, כי. --- זי לאַכט, מילדרעד,

און ליוסי ? די 19-יאָריקע ליוסי, די איננסטע טאָכטער, די מוזינקע. יענע האָט אויסנעטריקנט. קיינער האָט ניט געהערט, וי זי האָט זיך אַרויס- גענליטשט פון הויז, אַרױף אַפן פינפטן שטאָק און מיט מורא אַ קלאַפּ געטאָן אין דער טיר. מאַשע האָט פאַר איר נעעפנט די טיר, מאַשע, אַ צעפּאַרעטע, אַ פאַרמאַטערטע פון טאַנצן,. זי האָט דאָס אַזױ געטאנצט די קאַזאַטשקע, פּנים קעגן פּנים מיט אַרקעלע'ן,

ליוסי איז זיך מחיה, װאָס מען לאָזט זי אַרין, וואוהין מרים לאָזט זי ניט גיין,

ס'איז אַ פּאַרטי דאָרטן. מאַשע'ס נעבורטס-טאָג. וויפיל זי ווערט אַלט, וועט זי ניט זאָנן, מאַשע. אָבער ס'איז אַ נגעבורטס-טאָנ,. אַ לייטישער טאטע האָט איר געגעבן לעבן, אַ פרומע מאַמע האָט זי נעבוירן ערנעץ אין אַן אוקראַינער שטעטל, דאָרטן זיינען געווען שיינע אויסגעשטערנטע הימלען און אַקאַציע-בוימער האָבן נעבליט באַם פּריץ אין נאָרטן, און מען פלענט פירן , כשר'ע כלח-מיידלעך" צו דער חופּה און קלעזמער האָבן געשפּילט אַזױנע טרויעריקע נינונימלעך. אין קלינטאָן סטריט בליען ניט קיין אַקאַציץ- בוימער און דער הימל איז ניט אויסגעשטערנט און זי, מאַשע --- איר לעבן איז פאַרשפּילט,

די פאָרהעננלעך אַפן פערטן שטאָק האָבן זיך צעפלאַטערט, צעציטערט. זיי האָבן דערשמעקט ווינט. דער טאַטע האָט זיך אַ ריר נעטאָן, אויפגעעפנט די אוינן און פאַרנעס}, וואו ער נגעפינט זיך. ער האָט ניט געדענקט דעם פריער און פאַרנעסן דעם איצט, אַ פינצטערניש, אַן אייביקע פינצטערניש. עס איז ניטאָ קיין גוף, ס'איז ניטאָ קיין געשטאַלט, נאָר עפּעס אַ 3 איך" און דער , איך? איז אוֹיך ניט קלאָר. ס'האָבן נעשטראָמט נגעדאַנקעלעך צום ,איך", סליינע געדאַנקעלעך אָן אַ מיין.

--- בעסי, בעסי, פאַרװאָס איז אַזױ פינצטער ?

דער נאַזירער ברענט פון דער װאַנט מיט א פלעמל, אַ שפּיצעכיק פלעמפ, װאָס רייסט זיך צום אַנטלויפן. נעװאָרן גרוי די באָרד באַם טאַטן. פאַר די לעצטע 4 טענ איז זי אַזױ נרוי נעװאָרן און ער איז קוים 80 יאָר אַלט, די

2

באָרד אַליין איז געװאָרן נרוי, אָבער די האָר פון קאָפּ זיינען נאָך נעבליבן שװאַרץ. שיטערע הערלעך אֵף אַן איינגעפאַלענעם שאַרבן. איינגעפאַלן שמערל דער פּעדלער. די באַקן פאַרזונקען. די ברוסט אַראָפּנעזעצט. עס זיינען דאָ בלויז אוינן מיט צוויי שטיקלעך וייטיק,. אין כל-זמן עס זיינען נאָך דאָ די צוויי שטיקלעך ווייטיק אין די אוינן, איז נאָך נוט. איז א סימן, אַז זיי לעבן נאָך, די אויגן.

אַ צימערל, וי אַ קבר. אַ חוץ דעם בעט קען שוין ניט שטיין קיין שום זאַך. די װאַנט אַן אָנגעבלאָזענע מיט אַ בויך, אָן אַ פענצטער, די סטעליע נידעריק, אָט, אָט פאַלט זי אַפן בעט,

--- בעסי, בעסי --- רופט ער און זיין קו?ל קומט פון נאָר ווייט. זיין קו? קומט פון די טיפענישן פון אַן אויסנעהוילטן טויטן נוף, וואו עס איז נאָך דאָ אַ ברעקעלע אָנהאַלט אין לעבן,

--- בעסי, בעסי !

בעסי, דאָס אויסנעטריקנטע ווייב? זיינס מיט די צעשויבערטע האָר, מיטן קליינטשיקן נעזעלע, װי באַ אַ הינטעלע. דאָס לעבן האָט איר ניט גענעבן קיין סך פייכטקייט, קיין סך זאַפט -- א טרוקן ביימל, װאָס װאַקסט אֵף שטיינער.

--- בעסי, בעסי !

בעסי נייט צו.

--- משה, משה !

עס נייט צו דער הויכער לאָפּאַק מיט די גרויסע אוינן. בייזע אוינן פון הוננער, װוי בא אַ װאָלף. זיין טאַטע, ,, דזשי", זיין טאַטע,

ער פרעגט ניט, שמערל, באַ זיין זוֹן, צי ער װועט זאָנן נאָך אים קדיש, ווייל ס'איז אַרױסנעװאָרפן. װאָס ווייסטש ער פון קדיש ? ואָס ווייסט ער פון אַ טאַטן ?

ווען שמערל'ס טאַטע האָט געדאַרפט שטאַרבן און ער האָט אים צונערופן, אים שמערל'ען, דעם עלטסטן זון, צו זיין קראַנקן-בעט, איז ער כאָטש געווען אַ זון מיט דעם געשטאַלט פון דעם אַװעקנײענדיקן טאַטן,. ער האָט גערעדט זיין טאַטנ'ס לשון. ער האָט פאַרמאַנט די ענלעכקייט אין די אױיגן, אין די ברעמען.

דאָ גייט אַװעק א טאַטע און ס'בלייבט אין זון נאָרניט פון טאַטן. דאָס לשון איז פרעמד, אין די אוינן --- רויקייט, אין די פּלייצעס --- פינצטערע עקשנות. א קלינטאָן סטריט זון.

81

--- משה, מיין זון, משה'לע !

-- , אַ דזשי".

--- מלכח'לע, מלכה'לע טאָכטער !

מילדרעד לאַכט. מיט די דאַרע אַרויסגעשטעקטע באַקן-ביינער לאַכט זי. זי לאַכט אפשר ניט, נאָר די אַרויסגעשטעקטע באַקן-ביינער ווייזן אויס, וי זיי שפּעטן פון עמיצן. אײיביק שפּעטן זיי.

--- ליוסי, ליוסי !

אַלֶע קוקן זיך אום. וואו איז ליוסי? מסתמא אויבן+ די מאַמע נייט זי רופן.

-- מרים, מרים, טאָכטער מיינע גרויסע. גיב אַכטונג אֵף זיי.

מרים, זיין טאָכטער, װאָס איז אים נעבוירן געװאָרן מיט קופּער-רויטע האָר, מיט אַ לאַנגן ווייסן האַלז, מיט אוינן אַזױינע, װאָס דערמאַנען אייך, אַז איר האָט זי ערגעץ וואו געזען, צי א אַן אַנדער נאַס, צי אין אַן אַנדער שטאָט, צי פילייכט נאָר אין אַן אַנדער לאַנד. ברוינע אוינן, װאָס מאָנען באַ אייך און איר ווייסט ניט װאָס זיי ווילן פון אייך. מרים, װאָס אין אַזוֹי אַנדערש וי אַלע אַנדערע קינדער, אַקוראַט וי זי װאָלט געוואקסן ערגעץ אין א באַרגיק לאַנד מיט ליכטיקע טייכן, און ניט אין דער פינצטערניש פון די צוויי צימערלעך אַף קלינטאָן סטריט מיט די מייז און מיט די װאַנצן.

ליוסי איז אויך דאָ. זי אין שיכור'לעך. אַרקעלע גנב האָט איר גע- צוואוננען אויסצוטרינקען א גלאָז וויין. דאָס שװאַרצקייט פון ויין לינם נאָך אַף אירע ליפּן. זי שמייכלט קרום, די מוזינקע ליוסי.

אַלֶע שטייען זיי אַרום אים, אָבער ער האַלט שוין פאַרמאַכט די אויגן, און מען קען מיינען, אַז ער זעט זיי ניט. ער זעט זיי אָבער יאָ,. אין זיין בלוט, אין זיין זינען זעט ער זיי.

די פאָרהאַנגלעך שיסן אויס. ס'האָט זיך אויפנעהויבן אַ נרויסער ווינט, אַ שטורעם, דאָס ליכט פון נאז-רער וװוי? אַנטלויפן, עס אין אים גריננער געװאָרן, שמערל'ען דעם פּעדלער. ,א, אַ", מאַכט ער און צעוויינט זיך, וי זאמדלעך, װאָס פאַלן אַף א שויב, אַזױ וויינט ער, ער וויינט ווענן דעם גורל פון זיינע טעכטער : מרים, ליוסי און מילדרעד, און אַ זון משה אֵף קלינטאָן סטריט, װאָס וועלן דאַרפן לעבן נאָך אים.

191

מאַיק אפרת מיטן אָפּנעביסענעם אוער

מאַיק אפרת איז אַרױס פון דער , רעפאָרמאַטאָרי" מיט אַן אָפּנעביסענעם אויער. די וואונד האָט זיך שוין לאַנג פאַרהיילט. געבליבן פון אויער אין בלויז אַ פאַרדאַרט שטיקל לעפּל מיט אַ פּיפּטשיק? אינדערמיטן,

צוויי יאָר געווען פאַרשפּאַרט און איצטער שפּאַנט ער איבער ניו יאָרק. יעדע גאָס איז פריי. קיין שום טויער פאַרמאַכט זיך ניט פאַר אים. קיין שום טיר שליסט זיך ניט צו. זיי לאָזן אים דורך די נאָסן וואוהין ער וויל. ער קען גיין אַרױף, אַרױף, בלאָק נאָך בלאָק אומנעשטערט. ער קען גיין אַראָפּ ,אַראָפּ און פאַרגיין אין דער פרייער ווייטער וועלט אַריין. קיינער װועט אים ניט פאַרשטעלן דעם וועג,

מאַיק, דער אַרימער אינגל פון דער איסט-סאַיד, דער ווילדער, פרעכער אינגל, װאָס האָט וי אַ נזלן אַרינגעשטאָכן אַ מעסער? אין זיין חבר'ס בויך, קערט זיך איצט אום אַהיים אַף קלינטאָן סטריט א שטילינקער און אַ פלאַטערנ- דיקער.

אין די היימישע קולות פון קלינטאָן סטריט איז ער נעבוירן געװאָרן, זיי האָבן אים באַנלײט צו זיין שלאֵף. זיי האָבן אים נענעבן רו און זיכערקייט.

צוזאַמען מיט זיין שװועסטער, האָבן זיי זיך ביידע אויפגעהאָדעװעט אין אַ פינצטערן קעלער. (זיין מאַמען נעדענקט ער ניט. זי אין אַ יונגע אַװעק פון זיי.)

זיין שוועסטער האָט אים געלייגט קאָמפּרעסן, ווען ער איז נגעווען קראַנק אַף ניומאָניע. זיין שוװועסטער אסתר, ואָס האָט אים אַריינגעאוכקעט אין אויער, ווען ער האָט ניט נעקאַנט איינשלאָפן און זיך געװואָרפן אַפן בעט. אַזאַ טבע האָט געהאָט די שוועסטער אסתר זיינע, אים אריינאוכקען אין אויער מיט אַ װאַרעמקײיט און הייסקייט, װאָס האָט דורכגענומען אַלע אברים דורך און דורך, און ס'איז אים געװאָרן נוט נאָכדעם.

אָבער אַף זיין טאַטן טראָנט ער אַ שרעקלעכן כעס. ער װועט קיינמאָל ניט פאַרשטילט ווערן, דער כעס. אַ האַס, צום טאַטן, װאָס איז נאָך שרעק- לעכער װוי דער האס, װאָס מען טראָנט צו אַ פרעמדן מענטשן. זיין טאַטע איטשע מאיר אפות, דער בוכבינדער מיט דער לאַננער באָרד, װאָס איז פאַר- פּאָפּט און פאַרקלעפּט.

}11

מאַיק'ס חברים פון סקלינטאָן סטריט : זעקס זיינען זיי נעווען. זעקס אינגלעך געבוירן געװאָרן אַף איין בלאָק : מאַיק, בוטשי, מויש, האַימי און בעניטאָ דער איטאַליענער. זעקס זיינען זיי געווען און זעקס זיינען זיי פאַר- בליבן פאַרבונדן מיט דעם בונד פון וויסטער אָרעמקייט און נויט. זעקס זיינען זיי דערנאַכדעם צוזאַמען געגאַנגען אין לעבן און אָננעטאָן אַ סך צרות זייערע מיטמענטשן. פינף זיינען זיי דערנאָכדעם אומנעקומען איינציק- ווייז,. אָפּנעראַמט געװאָרן פון דער װועלט, אָבער מאַיק װעט נאָך שפּילן א גרויסע ראָלע אין לעבן,

ווייסט נאָך אָבער ניט מאַיק, װאָס ער דערװארטעט אים אין זיינע ווייטערדיקע יאָרן, דערוויי? איז ער דאָס אָרימע אינגל, װאָס איז אַרױסגעלאָזט געװאָרן פון דער ,רעפאָרמאַטאָרי?, אַלֶע נאַסן צענעמען זיך איצט פאַר אים, די בלאָקס צעלויפן זיך אין אַלע זייטן. מען מאַכט אים ווענ,

אָט איז שוין האַוסטאָן סטריט. אֵף דער נאָס האָבן זיי אָפּנעהאַלטן מיט אַ פיר יאָר צוריק די גרויסע מלחמה מיט דער האוסטאָן-סטריט גענג. אַה דער גאָס האָט זיך גענאָסן בלוט פון מאיק'ס שטערן. מען האָט אים צענומען דעם שטערן מיט א צינל. אָבער דער זינ איז נעווען זייערער, דער זינ פון קלינטאָן סטריט, פיל כבוד האָט מאַיק זיך דערװואָרבן. נאָך דעמאָלט האָט ער שוין אַרױסגעװויזן זיין בריליאַנטענע פירערשפאט אַלס קריגס-פירער און סטראַטעג. מיט אַ צעקלאַפּטן שטערן איז ער דעמאָלט נעקרוינט געװאָרן איינשטימיק פאַר דעם שטאַרקסטן אינג? אַף צען בלאָק אַרום און אַרום,

עוועניו ,עי", אויך אַ שטיק נעשיכטע. אַף עוועניו,עי", אין האַלאָוין, אין דעם דאָזיקן אַמעריקאַנער יום-טוב, װאָס זיי ווייסן אַפילו ניט זיין באַדײט, האָבן זיי זיך אַרױסנגעלאָזט אַלע זעקס חברים מיט זאָקן, אָנגעשטאָפּט מיט אַש, און מען האָט דערלאַנגט איבער די קעפּ יעדן איינעם, װאָס מען האָט באַגעגנט. פון אַזא שטייף-אַנגעשטאָפּטן זאָק מיט אַשׁ האָט מען געקענט קריגן דעם אמת'ן קאָפּיװייטיק, אָבער ס'איז געווען אַזא הייליקער מנהנ אַף דער איסט-סאַיד, און אַ מנהנ טאָר מען ניט ברעכן.

אָבער פאָרװאָס-זשע איז ער נעבליבן שטיין און גייט ניט וייטער ? ס'פעלט אים מוט. שװאַך געװאָרן אין אַלע אברים, עפּעס אַזױ ניט מיר, נים דיר, זיך באַװייזן אַף קלינטאָן פטריט. ער שעמט זיך. אַ, בוטשי קומט אָן. װאָס פאַר אַ נליקלעכער צופאַל !

מען ניט זיך בוכטשעס איינער דעם אַנדערן. די חברים האָבן זיך אַזױ שטאַרק דערפרייט, אַז זיי ממית'ן זיך איינער דעם אַנדערן.

} 1

--- בוטשי, בוטשי, אֶלֹד באִי! װאָס מאַכט דער ? װאָס מאַכט יענער ? און װי אַזױ איז דאָס ? און וי אַזױ זיינען אַנדערע זאַכן ?

מען קוקט זיך אֶן, ביידע חברים. בייזע, שלעכטע ברעמען פאַרמאָגט מאַיק,. אין דער רעפאַרמאַטאָרי זיינען זיי נאָך שלעכטער און בייזער געװואָרן. אין זיינע בייזע ברעמען פֿאַרבאַהאַלט זיך אַ כעס, װאָס װעט אַמאָל אוים- פלאַקערן און ער וועט אָפּטאָן אַ סך שלעכטסקייט, דער כעס. מען האָט אים דאָרטן געשמיסן, מאַיק'ן, אין דער רעפאָרמאַטאָרי, איבערן הוילן לייב האָט מען אים געקאַטעװעט. ער האָט ניט געליארעמט, ניט געשריען, נאָר פאַר- באַהאַלטן דעם גאַנצן כעס אין זיינע ברעמען אַף שפּעטערדיקע יאָרן. דער אָפּגעביסענער אויער איז אויך סטראַשענדיק. דאָס פאַרדאַרטע לעפּל פון אויער מיטן פּיפּטשיקל אינמיטן קוקט רוי, בייז און שפּעטנדיק. העכער געװאָרן מאַיק און דאָס פּנים איז לעננער געװאָרן. עס שניידן זיך אים שוין װאָנצעלעך. באַלד, באַלד א מאַן.

און בוטשי ? בוטשי איז נעװאָרן נאָך פולער, זיינע מוסקולן אַף די אָרעמס קריכן אַרויס פון די אַרב? וי קענטעלאָפּס. זיין האַלז, װוי אַ גראָבער שטריק, װאָס מען באַנוצט אַף די שיפן און אין די באַרזשעס. אַן אָקס, אַ ריזיקער איז אויסנעוואקסן בוטשי, מיט אַ פארשמירטער בלויער העמד, מיט צעקנייטשטע כאַקענע הויזן, אין גרויסע זעלנער שיך. צעשויבערטע האָר מיט שטרויעלעך און פעדערלעך. אֵן אָרעמער בוטשי. דאָס אָרעמע איננ? פון קלינטאָן סטריט, אַזױ אָרעם וי געווען און נאָך אָרעמער, ווייל מען איז עלטער און די אַפּעטיטן זיינען שטאַרקער, |

אָבער בוטשי פאַרבאַהאַלט עפּעס פון מאַיק'ן. מאֵיק דערקענט דאָס גלייך איֹן זיינע אוינן. אפשר פאַרבאַהאַלט מען פון אים עפּעס וענן זיין שוועסטער אסתר 4 בוטשי איז פון די פּאַרשױינען, װאָס קענען ניט זיין ‏ באַהאַלטן, דערפאַר פאַררעדט ער אים, מאַיק'ן.

--- אוז ווער האָט דיר אָפּנעביסן דעם אויער ?

-- אָ, ס'איז א קלייניקייט --- ניט זיך מאַיק אַ מאַך אַזױי גלייכגילטיק און טוט אַ שפּיי. ס'איז געווען דער אמת'ער שפּיי, זייער וייט אין ער געפאַלן, דער דאָזיקער קונציקער שפּײ.

בוטשי האָס נעפּרובירט נאָכמאַכן זיין ליבן חבר'ס שפּיי, אָבער ם'איז ניט געגאַננען. ער װועט שוין קיינמאָל ניט קענען איבערשפּײען מאַיק'ן.

אָבער פארװואָס-זשע וויל מאַיק ניט אַרײנניין אין בלאָק, וואו זיין היים איז ? זיין היים --- דער פינצטערער קעלער, װאָס דינט פאַר אַ וואוינונג און אויך פאַר אַ װערקשטאַט פאַר איטשע מאיר דעם בוכבינדער. בוטשי קאָן

} 1

דאָס גאָרניט פאַרשטיין. בוטשי האָט אַזױ געװאָלט אַריינפירן מאַיק'ן אין בלאָק אַריין. ס'װואָלט געווען אַ גרויסער כבוד פאַר אים.

--- דו, רוף מיר בעסער צונויף די חברה, בוטש, --- באַפּעלט מאַיק, --- און מאַך דאָס שנעלער אויך.

דער באַפעלנדיקער טאָן האָט אויך געקלוננען ניי צו בוטשי'ן, פּונקט וי מאַיק'ס קונציקער שפּיי, אָ, מאיק האָט זיך דאָרטן אויסגעלערנט אַ סך זאַכן, אַן אַנדער מאַיק געװאָרן. אַ בעסערער מענטש האָט ער אויסנעזען באַ בוטשי'ן אין די אוינן,. ער וועט נלייך צונויפרופן די חברה; די מינוט װעט ער זיי צונויפרופן.

--- און וואו זאָל מען זיך באַנענענען ?

-- אַה דער װיליאַמסבודגער בריק,

--- גוט, מאַיק, --- און בוטשי לאָזט זיך לויפן מיט זיינע גרויפע רגלים אין די אומגעלומפּערטע זעלנערשע שיך, אָנצוזאָגן די גליקלעכע בשורה,

})4

פאַרנליווערט דאָס האַרץ און פאַרפראָרן די בלוטן

אוי, וי דער דלות וויינט דאָס דאָרט אין די פינצטערע צוויי צימערלעך מיט דער ליידיקער קיך.

ניטא שוין מערער שמערל דער פּעדלער. מען האָט אים אַרױיסגעטראָגן באַ די פיס און באַ די הענט,

שכנים זיינען זיך ניט צונויפנעלאָפן. ניטאָ קיין שכנים אין דעם הויז. אונטן איז אַ קליידער-קראָם און די אויבערשטע צוויי שטאָק זיינען פּוסס און ליידיק. אַן אַלט צעבראָכן חויז. קיינער וויל? זיך שוין ניט אַהערצו אַריינציען,

בעסי זיצט אַף דער ערד אין צעריסענע זאָקן. פאַרנליווערט אין איר האַרץ, פאַרפרוירן זיינען איר די בלוטן. אירע אייגעלעך, װי בא אַ כינעזישער קוקלע, װאָס זיצט אַ פאַרגעסענע אֵף דער ערד אין אַ ווינקעלע. אַ שטומע כינעזישע קוקלע מיט שװאַרצע אומעטיקע אויגן.

מילדרעד איז אויך געזעסן שבעה און אירע אַרױיסנעשטעקטע דארע באַקן-ביינער האָבן נאָך אַלץ געשפּעט. די /1יאָריקע מילדרעד מיט די קרומע ליפּעלעך און מיט די קאַליע ציינדלעך, אַ בלוטלאָז סיידעלע מיט גרויסע שווארצע אויגן. פייכטע אוינן מיט אַ מוטנע פייער? אין די שװואַרצ- אַפּלען, זי וועם זיך באַלד אויפהויבן, מילדרעד, און וועם אַװעקגײן,. זי װועט אַוועקפליען פון דער צעבראָכענער חרוב'ער נעסט און װעט זיך שוין קיינמאָל ניט צוריקקערן. זי האָט שוין א מאַן, מילדרעד, אַן איטאַליענער פֿאַר אַ מאַן, זיי לעבן צוזאַמען פון פאַראַיאָרן אָן, קיינער קען אים ניט. מרים ווייסט אים ניט, די מאַמע האָט אים קיינמאָל ניט געזען. דערפאַר אָבער קאָן זי אים,. מיט אַ ציטערניש אין די בלוטן קאָן זי אים. מיט אַ טיאָכקעניש אין האַרצז ווייסט זי אים, אַזאַ וואונדערבארע זאך, א מאַן,

דער טאַטע איז ערשט נעכטן געשטאָרבן, אָבער מען קאָן ניט װאַרטן, װאָס װעט זי דאָ בלייבן? צווישן די קויטיקע טוכלע וװענט? צוישן די צעבראַָכענע בענקלעך, וועלכע זי רוקט צונויף פאַר נאַכטלעגער? באם מאַן װעט זי האָבן אַ גרויס בעט און אַ געראַמס. די פענצטער זיינען דאָרטן ליכטיקע און ברייטע, מיט אַ סך זון. זי וועס אוועק צו איר מאַן אַנטאָניאָ'ן מיט די לאַנגע בלאַסע הענט. די הונגעריקע מייז אין די פינצטערע ווינקעלעך

} 1

פון דעם הויז װעלן נאָך איר ניט וויינען. די הילפלאַזע דאַרינקע מאַמע מיט די צעשויבערטע האָר װעט אויך נאָך איר ניט קלאָנן, זי האָט זיך איינ- נערעדט, מילדרעד, אַז אַלּע אין הויז האָבן זי דאָ פיינט, אַז די גאַנצע ליבע האָבן טאַטע און מאַמע אַװעקגענעבן דער שיינער מרימ'ען. אַלץ איר. דאָס בעסטע און דאָס שענסטע פאַר מרימ'ען,

מויש לינט צעליינט אַף דער שבעח און כראָפּעט. ס'איז ניטאָ װאָס צו עסן, שלאָפט ער בעסער, אין שלאָף ווערט פאַרטויבט דער הונגער.

און מרים ? מדים איז ניטאָ. אין פינף-און-צען סענט סטאָר אַה צווייטער עוועניו שטייט זי איצט און פאַרקויפט נאָזדטיכלעך, פלעשעלעך פּערפיום, פאַרשיידענע זייפן,. דער טאַטע אירער דער פּעדלער איז געשטאָרבן, אָבער וואולוואָירט'ס געשעפטן נייען אָן. קליק און טיק קלינגט דער רעדזשיסטער. נאָך אַ ניקעלע און נאָך אַ דאַים. יעדעס מאָל ווען דער רעדזשיסטער טוט אַ קלונג, ווערט איר וויי פאַרשטילטער,. בלייבט ווען דער רעדזשיסטער, הויבט זי אויף איר וויי אין דער פולער גרויס. זי שטייט שבעה נאָך איר טאַטן לעבן טיש אָנגעשטעלט מיט די סחורות אין וואולװואָירט'ס פינפף-און- צען סענט סטאָר, |

און ליוסי ? ליוסי איז אויך ניטאָ. זי איז דאָס קינד פון דער גאַס. זי ווייסט אַלע וועגן ביז פינפטער עוועניו און ביז בראָדוויי. אַ חבר'טע האָט זי, די בלאָנדע בעטי מיט די זומער-שפּרײינקלעך אַפן פּנים. גייען זיי אום ביידע קינדער פרייע און הוננעריקע. אַלע גאַסן זיינען אָפן פאַר זיי.

בוטשי איז אַריינגעקומען. אַרייננעקומען ענערגיש און זיכער. ער האָט נאָך ניט נעוואוסט, אַז מויש'ס טאַטע איז געשטאָרבן. דערזען, וי מען זיצט אַף דער ערד, און זיך דערשראָקן.

-- אָ, בוטשי, האַו דו יו דו, --- מאַכט מילדרעד מיט די קאַליע ציינדלעך און מיט קרומע ליפּן, זיי האָבן מורא פאַר איר, די בחורים אַף דער גאס. אַן אײביק שפּעטנדיקע מיט מוטנע פייכטע גרויסע אויגן.

--- איך, איך, איך דאַרף האָבן מויש'ן, -- פאַרענטפערט זיַך בוטשי, און ק'איז אים אומהיימלעך, װאָס מען זיצט אַףּ דער ערד און ס'איז טונקל אין הויז, ווען אַף דער נאָס ברענט און פּלאַקערט אַ גרויסע הייסע זון, און װאָס אָט-די מייד?, מילדרעד, לאַכט פון אים.

--- מויש, מויש, --- קנייפּט מילדרעד איר ברודער, -- מויש, דיין בעסטער פריינט בוטשי איז דאָ.

צום אַלעם ערשטן וויל סויש זי שלאָנן, מילדרעד'ן, ווייל ער ווייס נאָך נִיט צוליב װאָס זי האָט אים אויפנעװועקט. דערנאַכדעם, דערזעענדיק זיין

11

חבר בוטשי'ן, שפּרינגט ער אויף און בלייבט שטיין פאַר אים אַ נעבעכדיקער און אַן אָרעמער.

--- מיין אַלטער איז . . . --- מאַכט ער אַ שולדיקער צו בוטשי'ן און פאַרענדיקט ניט. ער ווייס ניט וי אַזױ צו זאָגן דאָס װאָרט,

פילט אַודאי מיט בוטשי מיט זיין חבר'ס אומנליק, אָבער ס'איזן דאָ א וויכטיקערע נייעס ;

--- מאַיק איז שוין דאָ צוריק,

--- מאַיק ! , שאַקס", מאַיק איז שוין דאָ צוריק !

--- ער האָט נגעפרענט אֵף דיר,

--- געפרעגט אַף מיר 4 --- לויכטן אויף פון פרייד אַלע פּרישטשעס אֵף זיין פּנים,

אַ נדולה אַ גרויסע אַף מויש'ן. מאַיק האָט געפרענט אַף אים. זיין בעסטער חבר מאיק. , אַ דזשי",

מען לויפט שוין, ביידע חברים, מען שפּרינגם אַראָפּ די טרעפּ און מען איז שוין אַף דער נאַס. , אַ, דזשי, מאַיק איז שוין רא"

נאָכדעם איז מילדרעד אַװעק. זי האָט אויפגעזאָטן װאַסער און זיך נע- װאַשן אירע שיינע, לאַנגע, שװאַרצע האָר, לאַנג געװאַשן און לֿאַנג זיי גע- טריקנט. האָבן זיי געבליצט דערנאַכדעם און באַשיינט דאָס בלוטלאָזע פּנים מיט די קאַליע ציינדלעך און מיט די אייביק-לאַכנדיקע דאַרע באַקן-ביינער, זי האָט איבערגעביטן אירע אונטערוועש. זי האָט ערנעץ אױסגעגראָבן א קליין רענצעלע און אַריינגעלײגט איר ביסל אַרעמסײיט : פּודרע-קעסטעלעך, שטיקלעך ליפּסטיק, אַ פּאָר קליידלעך און אויך פאַרכאַפּט מרימ'ס אונטער- העמד, אַ דאָזעוע אונטערהעמד, װאָס זעט אויס ווי זייד.

די מאַמע האָט אַלץ צונעזען און זיך קיין ריר נים געטאָן. פּונקט וי אַ פּאַראַליזירטער מענטש אַף אַלע אברים קען זען, קען זיך דערשרעקן, אָבער שרייען קען ער ניט, אַזױ האָט בעסי אַלץ געזען, זיך דערשראָקן, אָבער שרייען ניט געקענם. א דורכגענומענע פון וייטיק דורך און דורך, אָן אַ טראָפּעלע כח, אָן א פּיצעלע ווידערשטאנד.

די זון זעצט זיך אַפן צעבראָכענעם פייער-לייטער. די פאַרזשאַװערטקייט ווערט רויט. אַ ליכטיקער פּאַס ליינט זיך אַף דער קויטיקער ואנט.

דער גאַנצער טאָג איז געווען אַ שטיק ליידיקייט, אַ טונקעלע החוילקייט. איצט איז פאַרנאַכט. די טונקלקייט ווערט פינצטערניש. עמיצער איז אַריינגעקומען. אַן עלטערע אידענע, א פרעמדע אידענע, איז אַריינגעקומען, נים געזאָגט קיין װאָרט, זיך אױיסגעטאָן די שיך און זיך נעזעצט אַף דער

} 1

ערד, די אידענע ויינט, פאַרװאָס וויינט פּלוצלונג די אידענע? די אידענע קלאָגט מיט דעם באקאנטן עכט-אידישן נוסח, וי מען באַװיינט אַ מת.

--- אוי וויי איז מיר און ווינד איז מיר, מיין טייערער ברודער שמערל, מיין ליובעזנער ברודער, אַף וועמען האָסטו מיר איבערנעלאָ-לאָדזדזיט.

דאָס איז שמערל דעם פּעדלער'ס שוועסטער, װאָס האָט 29 יאָר ניט געזען איר ברודער, בלויז אַף דער חתונה נגעווען. אין נואַרק וואוינט זי און האַנדלט מיט געזייערטע אונערקעס.

--- אוֹן וויי איז צו מיר און ווינד איז צו מיר. װוי ס'איז צו מיר נע- קומען אַ פּעדלער פון קלינטאָן סטריט, װאָס פאָרט קיין נואַרק איינקויפן געזייערטע אוגערקעס. װוי ער האָט מיר דאָס אָפּנעטראָגן די וויסטע טרויעריקע בשורה. און וויי איז צו מיר און ווינד איז מיר, אַז אין דעם פאַרשאָלטענעם לאַנד איז אַ ברודער ניט קיין ברודער און אַ שוועסטער איז ניט קיין שוועסטער. און דאָס האַרץ האָט מיר אָבער נעזאָנט. באַנאַכט אין שלאָף קומט ער צו מיר צוניין אין ווייסן אָנגעטאָן, הויבט שוין אָן באַ מיר קלאַפּן דאָס האַרץ...

שטאָק פינצטער. מען זעט זיך שוין ניט איינער דעם צווייטן, אַ פרעמדע אידענע וויינט, װאָס זאָנט, אַז זי איז זיין שוועסטער. אַמאָל אפשר געווען זיין שוועסטער. דאָס אָרעמע לעבן האָט זיי אָפּנעפרעמדט. שמערל דער פּעדלער האָט זי אַפילן קיינמאָל ניט דערמאַנט באַם לעבן.

--- אוי וויי איז מיר און ווינד איז מיר, אַז אין דעם פאַרשאָלטענעם לאַנד איז אַ ברודער נים קיין ברודער און א שוועסטער ניט קיין שוועסטער...

קינדער פון נויט און פון דלות

מאַיק אפרת און זיינע פריינט באַנענענען זיך מיט שמחה און דער" הויבנקייט, װוי אַ צדיק מיט זיינע חסידים. א מין רעליניעזע שטימונג. זעקס אָרעמע איננלעך פון קלינטאָן סטריט ווערן צוריק פאַרבונדן מיט אַ נגעטרייען קנופּ און נאָר דער טויט קאָן זיי צעשיידן,

דער ערשטער אין אָננעלאָפן מויש. אַלע פּרישטשעס אִף זיין פּנים פול מיט שמייכל. זיינע לאַנגע אויערן אין אַ גרויסער נדולח : אָ, דזשי, מאַיק !

אָבער אויך מויש פאַרבאַהאלט עפּעס פון מאַיק'ן, פּונקט וי בוטשי. װאָס זאָל דאָס מיינען ?

היימי איז אָנגעלאָפן, צוליב דעם, װאָס ער האָט געהאט אַסטמאַ פון זיין פריעסטער קינדהייט, איז ער ניט געװאַקסן, װי די איבעריקע חברים. אַ שמאָלע ברוסט, א פיין-געשניצט מאָרדעלע, אַ שפּיציקס, װאָס פוֹן אָפט

ונעז

הופטן איז דאָט פאַרריסן נעװאָרן אַרויף-צו צו. ער האָט אויסנעקוקט וי אַ בחור'? פון יענער זייט ים. פון קליינערהייט אָן, אַז ס'מאַטערט אים די פֿאַרשאָלטענע קרענק מיט גרויס בייזקייט. היימי זאָנט, אַז ס'נעמט זיך פון די פעדערן. פוֹן װאָסערע פעדערן 4 שוין לאַנג ניטאָ דער שאפּ פון פעדערן אונטער דעם הויז אַף סלינטאָן סטריט, וואו זיינע עלטערן האָבן נעוואוינט, ס'איז אַמאָל דאָרט אין קעלער געווען אַ שאַפּ פון פעדערן. מען האָט דאָרטן נעמאכט אַזױנע אָננעשטאָפּטע סישעלעך מיט רויטע ציכן, און פון דעם, זאָנט ער, האָט זיך דאָס נגענומען, אָבער דער שאַפּ פון פעדערן האָט זיך שוין פון לאַנג ערנעץ אַריבערנעצוינן, איצטער אין דאָרטן א שאַפּ פון שמאַטעס,

היימי װועט זיין דער, װאָס װעט אָנזאָנן מאַיק'ן די טרויעריקע בשורה, אַזױי האָבן די חברה אויסנענומען, אַז היימי זאָל זיין דער אויסזאָגער. אָט- די קלינטאָן-סטריט איננלעך, די פרעכע, די צעװוילדעוועטע הפקר-קינדער, האָבן אויך נעקאָנט באַנעמען אַ דעליקאַטן ענין. זיי האָבן גוס געוואוסט וי מאַיק איז צוגעבונדן צו זיין שוועסטער אסתר, ווילן זיי אים שאַנעווען איצט, זיי ווילן ניט צעשטערן די פרייד פון דער באַנענעניש, די ווידער- פאַראייניקונג טוֹן די זעקס, אויסזאַנן וועט אים היימי ערשט שפּעטער.

לואי איז אָנגעלאָפן אַ טאַנצנדיקער, אַ שיינענדיקער, לואי, װאָס שטאמט פון אַ איטאַליענישן טאַטן און אַ אידישער מאמע. דער שמאָלער, לאַננער לואי. זיין , האו-דודיו-דו? צו זיין ליבן חבר מאיק'ן האָט ער אױיסנעקלאַפּט מיט די זוילן פון די שיך;: טאַם-טײדײ-ראָם-טאַם, טאַם-טאַם. לואי מיט די אויגן וי ליכטיקער וויין אין אַ געשליפענעם קאַראַפין קעגן דער ליכט פון דער זון, א טאַלאַנט צום טאַנצן געהאָט, און מענלעך, אַז ער װאָלט געווען אוס- געוואקסן אַ גאָר באַרימטער טענצער.

און בעני, דער איטאַליענישער בחור מיטן שװואַרצן האַלז. יענער האָט זיך גאָר געקושט, און זיינע אוינן זיינען דערצו אויך געווען פייכט. בעניטאָ, האָבן אים טאַטע און מאַמע נגערופן, און די אידישע חברים זיינע האָבן אים גערופן : בעני. אַ שווארצער האלז, װוי באַ אַן אַפּריקאַנער, און דאָס פּנים טונקל-מאַט.

זעקס קינדער פון קלינטאָן סטריט, נגעוואקסן הויז לעבן הוֹיז, קינדער פון נויט און װויסטן דלות. חיימי האָט אויך ניט קיין טאַטן, זיין טאַטע, אֵן אָפּערײיטאָר, איז נעשטאָרבן נאָך צוריק מיט יאָרן פון דער זעלבער קראַנקהייט, װאָס שמער? דער פּעדלער. זיין מאַמע האַנדלט מיט פּרעצלס אַף 14טער גאַס. אַן אַלטע מאַמע מיט רויטע טרערנדיקע אוינן פון ווינט, שניי און רענן.

}11

בוטשי'ס טאַטע,. דער דאָזיקער ריזיקער בוטשי מיט שטאָלענע מוסקולן, האָט געהאַט אַ טאַטן, װאָס מען האָט געקאָנט אַװעקבלאָזן מיטן ווינט. אַ חלוש אַ איד, א קליינינקער, אַ דאַרינקער,. שטענדיק מיט אַ פאַרבונדענעם האַלז, אַ צוגעקילטער האַלז, װאָס קאָן זיך קיינמאָל ניט אויסהיילן. אַ פּעדלער פון פרוכט. , ווייבער, ווייבער, צוויי פֿאַר א ניקעלע? --- שרייט ער פון טאָג ביז נאַכט אַף קאָרנער ריװיננטאָן סטריט. ,ווייבער, ווייבער, צויי פאַר אַ ניקעלע." | לואי האָט אויך ניט קיין טאַטן. ס'הייסט זיין טאַטע לעבט ערגעץ, אָבער וואו ווייס מען ניט. אַנטלאָפן דער איטאַליענער פוֹן זיין אידישער ווייב בערטאַ די נייטאָרין. בערטאַ מיט האָר איבערגעפאַרבט אַף געל, מיט בלאַסע באַקן צונעשמינקט מיט רויטן. בערטא די נײטאָרין, װאָס נייט פּריװאַם קליידער פאַר די פאַרמעגלעכע ווייבער און מיידלעך פון קלינטאָן סטריט.

זעקס גרויסע בחורים, און זיי האָבן אַף זייער לעבן נאָך ניט פאַרדינט קיין פּעני פון ערלעכער האָרעװאַניע. אַרבעטן אין די שעפּער װי זייערע טאַטעס, שטייט זיי ניט אָן. זיי זיינען דאָך אייך ניט קיין גרינע -- גאָט- געבענטשטע אַמעריקאַנער געבוירענע. א חוץ האָבן זיי דאָך שוין געזען װי זייערע טאַטעס האָבן אויסגעמאַכט. שטענדיק פריי, ווילד און הפקר און ניט געצוימט, און די אַפּעטיטן זיינען גרויסע און מען װיל אַלעם. אין דער חברה'שאַפט אַלע צוזאמען פילט מען זיך גאוה'דיק, בראַוו און שטאַרק. צו דער חברה'שאַפט איז מען מער פאַראַנטװאָרטלעך וי צו טאַטע-מאַמע, ברידער און שוועסטער.

נוט װאָס זיי זעען זיך אַלע צוריק געזונט און שטאַרק. מאַיק מיטן אִפּי געריסענעם אויער װעט זיי שוין פירן אַפן ריכטיקן װועג. ער האָט אַ סך גע" לערנט אין דער , רעפאָרמאַטאָרי". אַ פייאיקער סטודענם געװען און גום באַנומען מיט זיין שאַרפן קאָפּ װאָס מען דאַרף טאָן, כדי זיך אויפהאַלטן אין לעבן.

די זעקס אינגלעך שטייען אַפן װיליאַמסבורגער בריק, צווישן דעם גע- דונער פון דער גרויסער שטאָט ניו יאָרק. באַרזשעס שרייען מיט רויך און נייען זיך זייערע וועגן אָנגעלאָדן מיט אַלדאָס גוטס. די מאַגאַזינען אַףּ דער האַפן-נאָס ווערן צעשפּאַרט פון איבערגעלאָדענער רייכקייט. גאָלד בליצט פון די הויכע ריזן-מויערן אַרום און אַרום מיט די טויזגטער פענצטער. טראָקס מיט סחורות און גלאַנציקע אָטאָמאָבילן לויפן, יאָנן פון מאַנהעטן קיין ברוקלין, און פון ברוקלין צוריק קיין מאַנהעטן, די רייכסטע שטאָט אַף דער וועלט.

1 191

זי גייען די זעקס אין קלינטאָן סטריט

סילוועסטראָ, דער פארסאַזשעטער סילוועסטראָ, װאָס בראָט זיסע קאַר- טאָפל אין זיין אויוועלע מיטן נרויסן קוימען אַפן קאָרנער סטענטאָן סטריט, ער האָט זיך גאָר דערפרייט מיט מאיק'ן, מיט זיין זון בעניטאָ'ס חבר. סיל- װועסטראָ מיטן פאַרסאַזשעטן פּנים און מיט די לאַכנדיקע אויגן,

--- אַ מאַיקי, קינד, אַזאַ גרויסער ביזטו געװאָרן, אזא שטארקער ! און ווער האָט דיר אָפּנעביסן דעם אויער 4 כאַ, כא, כאַ.

סילוועסטראָ, דער דאָזיקער איטאַליענער, װאָס שטייט שוין יאָרן און יאָרן אַה דעם דאָזיקן קאָרנער, קען שוין אַפילו ריידן אידיש אַזױי גום וי די אַנדערע פּעדלער. א מענטש, װאָס שמייכלט מיט נוטמוטיקע אויגן צו אַלע קינדער און צו אַלֶע ווייבער, װאָס קומען קויפן באַ אים זיסע קאַרטאָם?, |אַ פּעני אַ שטיקעלע. אַף קליינע שטיקעלעך צעשניידט ער די קאַרטאָפל און ס'טראָנט אים אַמאָל אויך אויס נאַנצע 8 פּעניס פון איין קאַרטאָפל,

ער איז מכבד די חברה מיט זיין פּראָדוקט. ער װועט ניט נעמען באַ זיי קיין נעלט. דאָס נעמט ער אויף אַזױי זיין זונ'ס חברים, בעניטאָ'ס חברים,

דער בעסטער כיבוד פאַר מאיק'ן. נאָך דער דאָזיקער נאַשערײ האָט ער אַזױ געלעכצט אין די יאָרן פון זיין נעפענגעניש. ער בריט זיך די הענט און שמייכלט וי אַ קליין איננל, דער פרעכער, דער הפקר'דיקער מאַיק מיטן אָפּגעריסענעם אויער.

בענעדיקט איז אויך צוגעקומען צו דער חברה, און דאָס איז שוין נעווען נאָר אַ גרויסער כבוד, נאָר אַ געהויבענע זאַך.

--- העלאָו, מאַיק ! ווילקאָמען צוריק אין אונזער בלאָק, --- שטעקט בענעדיקט אויס אַ ווייסע קליינע האַנט.

,אין אונזער בלאָק". בענעדיקט וואוינט נאָר אין ברוקלין אין זייער א פיינעם אַפּאַרטמענט. אַמאָל האָט ער נעוואוינט אַף דעם בלאָק,

מאַיק פארשעמט זיך. ס'ערשטע מאָל אין זיין לעבן ווען א דערוואַקסענער מענטש און אויך אַזאַ וויכטיקע פּערזאָן װוי בענעדיקט נגריסט זיך מיט אים וי מיט א נלייכן.

--- איך האָב געוואוסט, אַז מען לאָזט דיך שוין אַרױס, --- זאָגט זיך אָפּ אַזױי דער דאָזיקער בענעדיקט מיט אַ געהיימניספולער מינע.

פון דער דאָזיקער מינע קאָן אויסקומען, אז מען װאָלט אים, מאַיק'ן, אמשר נאָך ניט אַרױסנעלאָזט אַף דער פריי, נאָר װאָס-זשע דען ? ער, בענע-

} 1

ריקט, האָט זיך דאָ אַרייננעמישט און אַלעס איז שוין געװאָרן גוט.

בענעדיקט וויינבערג מאַכט זיך א וועג צו דער אַסעמבלי, זיין לעבנס- ציל אין צו זיצן אַלס אַ נעזעץדמאַכער אין דער שטאָט-רעגירונג און שאַפן גערעכטע דעמאַקראַטישע נעזעצן פאַר דער פיל-מיליאָניקער ניו יאָרק, דער" ווייל טוט ער טובות די אידן פון קלינטאָן סטריט. יעדע טובה'לע איז נאָך אַ צוקונפטיק שטימעלע פאַר אים, בענעדיקט וויינבערנ'ן. דערווייל איז ער אַ מאַכער אין דעם דעמאַקראַטישן קלוב. פאַר די פּעדלער און פאַר די קרעמער אַף קלינטאָן סטריט איז ער דער גוטער שליח. אַרעסטירט מען עמיצן, אַזױ באַלד מישט ער זיך אַריין און טוט שוין עפּעס אויף. דאַרף מען נעבן אַ כאַבאַר? עמיצן פון די פּאַליצײײיקעפּטנס פאַר די פּעדלערס, כדי זיי זאָלן קענען אָנגיין מיט זייערע ביזנעס אומגעשטערט, איז, ער, בענעדיקט, דער פאַרמיטלער, וויפיל פון כאַבאַרל עס פאַלט אַריין אין זיינע קליינטשיקע פוכינקע הענטלעך, ווייסט קיינער ניט. אָבער דערפאַר ווערט מען געהאָלפן,

בענעדיקט, דאָס נידעריקע אידעלע מיט די חנ'עוודיקע מאַנדל-אויגן, מיט די זיסע ליפּעלעך, מיט דעם זיידענעם שטימעלע.

--- איך פריי מיך טאַקע באמת, װאָס דו ביזט שוין אַףּ דער פריי --- זאָנן זיינע האַניקדיקע ליפּעלעך. --- איך ווייס, אַז ס'איז ניט דיין שולר, אָבער פאַרפאַלן, און איצט, פאַרהאָף איך, וועלן מיר זיך זען אָפטער.

ער האָט אַ גוט אויג, בענעדיקט. ער האָט גלייך דערקענט אין מאַיק'ן א בחור'? מיט , טאַלאַנט?. גרייט ער זיך איצט אָן אַה שפּעטער.

די גרעסטע איבערראַשונג פאַר דער חברה איז אָבער געווען אַרקעלע. אַרקעלע מיט די שטעכיקע װאָנצעלעך, מיט דעם קאָלירטן קראַװאַט, מיט דעם אָנגעקראָכמאַלעטן קאָלנער, מיט דעם געפּרעסטן געקעסטלטן אֶנצוֹג. אַרקעלע. ס'אָדעסער אַרקעלע. ער האָט מאַיק'ן אַועקנעפירט אָן אַ זייט. ער דאַרף אים נויטיק עפּעס זאָגן. אַלע רייסן זיך איבער מאַיק'ן, אַלע דאַרפן אים נויטיק האָבן, די חברה זעען, וי מאַיק קוויינקלט זיך, מאַיק וויל עפּעס ניט איינגיין, מאַיק וװאַרפט זיך. אָבער אַרקעלע האָט אים איינגערעדט, מאַיק'ן, אַרקעלע איז אַװעק אַ צופרידענער און מאַיק איז עפּעס ניט געווען אינגאַנצן צופרידן,

--- װאָס האָט ער דיר געזאָגט ? --- פרעגט חיימי.

--- אַ דזשאַבל, --- זאָנט ער זיך גלייכנילטיק, מאַיק, אַקוראַט וי ער װאָלט שוין דיר אָפּנעטאָן אַף זיין לעבן אַ סך דזשאַבלעך.

אָ, אַ דזשאַבעלע. דער חברה הויבט אָן יאָגן דאָס בלוט. זיי האָבן נאָך קיינמאָל אַף זייער לעבן קיין דזשאַבלעך ניט געמאַכט. סיידן לייכטע דזשאַב- כעך אַזױנע, וי אַרויס'גנב'ענען די פּלאָמבינג פון אֵן אָפּנעברענט הויז און

} 21 {

דאָס פאַרקויפן צו אַ געוויסן פּלאָמבער אֵף דעלענסי סטריט, װאָס אונטער װיליאַמסבורג בריק.

די חברה שרעקן זיך, אָבער זיי ווייזן דאָס ניט אַרױס, פאַרקערט, יעדער איינער מאַכט דעם אָנשטעל פון גרויסער בראַווקייט. דאָס דזשאַב?, ועגן וועלכן מאַיק האָט זיי איבערגעגעבן, איז גראָד אַ לייכט דזשאַבל, אָבער עפּעס אַ מאָדגע דזשאַבל. ס'האָט גנאר צו טאָן מיט אַ בית-מדרש, טאַקע מיט זייער בית-מדרש, װאָס אַף קלינטאָן סטריט. א , פאָני" דזשאב? אַזא.

++ 5 + + +

מען האָט דעם בחור מאַיק'ן דערקענט, אַלע אין בלאָק האָבן אים דער- קענט. דער פּעדלער פון קעמעלעך האָט געזאָנט צו זיין שכן, דעם פּעדלער פון עפּל :

--- דער צדיק איז שוין דאָ צוריק,

-- און אַז דער צדיק קומט צוריק אין שטאָט -- האָט זיך געוויצלט דער פּעדלער פון עפּל --- פרייען זיך אַודאי אַלע חסידימ'לעך,

--- אוי, וויי איז מיר, און ווער האָט אים אָפּנעביסן דעם אויער? -- האָט מיט מיטגעפיל געפרעגט די פאַרקויפערין פון זוןדקערלעך.

-- מסתמא האָט דאָס דער לויתן געטאָן -- האָט געענטפערט דער פּעדלער פון די קעמעלעך,

-- און איך בין שוין ניט מקנא מאַיק'ס טאַטן, איטשע-מאיר'ן --- האָט אַ זאָג געטאָן ווידער דער פּעדלער פון די עפּעלעך.

-- אַזאַ ערלעכער איד דער טאַטע זיינער און דער זון אַ רעגולער גזלן --- טוט אַ זיפץ די פאַרקויפערין פון די זון-קערלעך.

--- אַמעריקע גנב ! --- גיט זיך אַ זאָג דער איד פון די קעמעלעך און הויבט אָן אויסצושרייען זיין סחורה.

+ + ++ + + + + 3

אַ פינצטערער קעלער, מאֵַיק'ס ליבע היים,. איטשע-מאיר אפרת אין אַרױס מים אַ פּאַק איינגעבונדענע ספרים, אַװעקצוטראָגן אין דער שול אֵף סאָפאָלק סטריט. און אַז איטשע-מאיר איז אַװעק, זיינען די מייז אַרױס פון אַלע לעכער און אַרױף אַפן טיש, וואו די שיס? מיט פּאַפּ שטייט. די מיין האָבן נעבעך געמוזט גריזשען דעם פאַרדאַרטן פּאַפּ כדי צו שטילן דעם הונגער. פּאַפּ צו גריזשען איז נאָך אַלִץ בעסער, וי די טרוסענע בלעטלעך פון די גמרות, סידורים און תהילימ'לעך,

אַז מאַיק האָט אַראָפּגענידערט אין קעלער, זיינען די מייז ווידער זיך צעלאָפן. האָט אים קיינער שוין ניט באַגעגנט. ניט זיין טאַטע, אַף וועלכן

} 1

ער טראָנט אַ טויטלעכן האַס, ניט זיין שוועסטער, אסתר, װאָס אי, געווען װוי אַ מאמע. חיימי האָט אים דערציילט, אַז זי איז אױיסנענאַננען . שווינדזוכט,.. אַ שוואך מיידעלע, װאָס ווערט נגעבוירן אין אַזאַ פינצטערניש, אין אַזאַ טונקלקייט, קאָן זיך לאַנג ניט האַלטן,

אין דער דאָזיקער פינצטערניש איז מאַיק געבוירן געװאָרן. אין דער דאָזיקער פינצטערניש איז זיין שוועסטער, אפתר, געבוירן נגעװאָרן, געלעבט אַ ביסל און צוריק אַװעק צו דער פינצטערניש,

באַטראַכט זיך מאַיק און טוט אַ קלער און קאָן נאָר ניט פאַרשטיין, ער קאָן גאָר ניט באַנרייפן. אַ בלינד לעבן. אַזױ בלינד, ווי די ווייטסטע ווינקלען פון קעלער, וואוהין קיין ליכט דערגרייכט ניט אין דעם שענסטן זוניקן טאָג. וואוהין די ליכט דערגרייכט ניט, ווען מען צינדט אַפילן אָן דעם נאַזדרער, אויבן אונטער דער סטעליע...

מענטשן-סינדער, װאָס וואוינען אין טונקלקייט און אין פינצטערניש, געפאַנגענע פון נויט און אָרעמקייט,,.

} 1

דער מאַמע האָט מורא, אַז דער זון װועט אים שלאָנן

איטשע-מאיר אפרת האָט עדות-געזאַנט קענן זיין אייגענעם זון. איטשע- מאיר דער בוכבינדער מיט די פאַרשטויבטע ברעמען און דער פאַרפּלאַנטערטער נעלער באָרד פוֹן פּאַפּ און קליי. דעם פּאַפּ פון דער באָרד קען מען שוין נים אַרױסקראַצן, און דעם שטויב פון די ברעמען קאָן מען שוין אויך ניט אַרױיסטרײבן, אַ געפאַנגענער אַלע זיינע יאָרן צו דער דאָזיקער װויסטער פּרנסה.

מאַיק האָט אונטערנעשטאָכן ווילי'ן, פעני דער דזשעניטאָרינ'ס איין- און-איינציקן זון. ווילי איז שוין ניט נגעוואקסן נאָכן שטאָך. דער שניט אין בויך האָט זיך טאַקע אויסגעהיילט, אָבער ער איז שוין פאַרבליבן אַף זיין גאַנץ לעבן אַ בלאַסער, אַ ניט-דערבאַקענער, דרייט זיך אַרום גאַנצענע טעג צווישן די פּושקאַרטס און קראָמען אַן אָרעמער און אַן אומעטיקער.

מאַיק האָט זיך נאָך געקענט אַרױסדרײען, ווייל ער האָט געהאַלטן אין איין טענה'ן פאַרן ריכטער, אַז ס'איז ניט זיין שולד. נים ער האָט אים גע- שטאָכן, און דאָס מעסער? איז בבלל ניט זיין מעסערל. אַ פרעמד מעסערל אינגאַנצן. |

האָט דער טאַטע גענומען פון ריכטער די שבועח פאַר נאָט און פאַרן אמת, און האָט געזאָנט מים גרויס ווייטיק :

-- אָ, הער ריכטער, אַז וויי איז צו דעם פאָטער, װאָס דאַרף עדותזאָגן קענן זיין אייגענעם זון. אָבער אַז דער זון איז אַ דוצח, אַז ער שטעכט שוין איצט מענטשן, ווען ער איז נאָך קליין, װאָסיזשע װעט ער שוין טאָן אין זיינע עלטערע יאָרן ?

-- יאָ, דאָס האָט מיין אייגענער זון מאַיק אַרינגעשטאַכן דאָס מעסערל צו ווילי'ן אין בויך. זיין מעסערל. איך דערקען דאָס,

מען האָט מאיק'ן פאַר'משפּט צו דער , רעפאָרמאַטאָרי", און אַז מען האָט אים אַוועקגעפירט פון ריכטער צו דער טיר, װאָס פירט צו דער גע- פעננעניש, און דער זון האָט געטאָן אַף זיין פאָטער אַ קוק, איז דאָס געווען אַ ניפטיקער קוק. א קוק פון טויטלעכן האַס,. דער קוק האָט געזאָנט :

,טאַטע, מיר וועלן זיך נאָך אַמאָל באַנעגענען אויג אַף אויג, און פּונסט ווי דו האָסט ניט נעשאַנעװעט דיין אייגענעם זון, אַזױ װעל איך ניט שאנעווען מיין איינענעם טאַטן,"

} 1

דער נאַזירער ברענט פון דער סטעליע אַרױס, און אין דער טיפעניש פון קעלער אַ געדיכטע פינצטערניש. אַ פינצטערניש פון די אוראַלטע צייטן, ניט קיין דורכדרינגלעכע. עס לויפן דאָרטן אַרום די מייז איבער אַלע ספרים, איבער די נמרא'ס, איבער די חומשים, איבער די סידורימ'לעך און תהילימ- לעך, װאָס דאַרפן אייננגעבונדן ווערן.

איטשע-מאיר האָט אומיסטן געלאָזט ברענען דעם נאַזירער. ווייל אפשר קומט אָן זיין זון אים טאָן שלעכטס, זאָל כאָטש זיין ליכטיק, װעט ער זיך קאָנען ווערן.

איטשע-מאיר שטאַמט פון א משפּחה לויטער למדנים, רבנים, שוחטים און סופרים. ער אַליין דרשנ'ט אין דער שול ,אנשי צדק", װאָס אַף קלינטאָן סטריט, אַלע שבת צווישן מנחה און מעריב. ניט פאַר קיין געצאָלטס טוט ער דאָס, חלילה, נאָר מחמת דעם גרויסן פריידיקן נעפיל פון צו לערנען די מענטשן נאָט'ס װאָרט,

איטשע-מאיר-אפרת, איינער פון די נאָר-װײיניק גלױביקע אידן, װאָס מאַכט נישט פון זיין נלויבן אַ פּרנסה-זאַך,. מיטן גאַנצן האַרצן מיינט ער דאָס צו לערנען די פאַרװאַנלטע אימינראַנטן דאָס װאָרט פון גאָט,

איטשע-מאיר האָט געװאָלט, אַז זיין זון מאַיק זאָל אויך גיין אין די ווענן פון זיין נאָם, איז אָבער די אַמעריקאַנער נאָס מעכטיקער פון דעם נאָט פוֹן זיינע עלטערן. מעכטיק איז די אָרעמקייט פוֹן קלינטאָן סטריט מיט אירע אייגענע געשאַפענע נעזעצן, מיט די פּאָליטישנס, געננסטער, הולטאיעס און אויסוואורפן, מיט דער נאנצער פאַרדאָרבענער אָרדענונג.

אָט איצט אין דער מינוט, ווען איטשע-מאיר לינט אין נרויס ציטערניש, אַז זיין זון מעכעלע וװועט סומען אַהחיים און אים שלעכטס טאָן, אין דער מינוט פּאָרעט זיך זיין זון מעכעלע אין דער זעלבער שול , אנשי צדק" אַף קלינטאָן סטריט, לואי שטייט פאַר די טרעפּ פון דער שול? און קלאַפּט אויס מיט די זוילן פון זיינע שיך פאַרשיידענע דזשינס. אַ וואונדערבאַרער טענצער --- לואי. אַ גרויסער עולם יוננווארג איז פאַרזאַמלט און מ'קלאַפּט אים בראַװאָ. ער ווארפט אומרואיקע אוינן, לואי, אין אַלֶע זייטן. ניט גלאָט אַזױ זיך טאַנצט ער. ס'איז דאָ אַ מיין דערביי, אָבער דער פאַרזאַמלטער עולם איז קיין שום זאַך ניט חושד. זיי טראַכטן, אַז דאָס טאַנצט ער נלאָט אַזױי, פאַר זייער הנאה וועגן.

היימי ליגט צעליינט אַף אַ דאַך און קוקט אַראָפּ צו דער גאַט. היימי האַלט ואַך איבערן נאַנצן בלאָק,. בוטשי שטייט אַן אייננגעבוינענער אין הויף

} 5 1

פון יענער זייט שול איבער זיינע אָנגעבוֹינענע פּלייצעס קריכן מאיק, מויש און בעני דער איטאַליענער אַריין אין פענצטער,

שרעקנדיק איז די פינצטערניש אין שול פֿאַר זיי, אַן אבערגלויבערישע שרעקעניש. זיי קריכן דורך די פענצטער און ס'קריכן נאָך מיט זיי אַזױנע זשוקעלעך מיט אייז-קאַלטע פיסלעך. זיי לויפן, די אייז-קאַלטע פיסלעך איבערן בויך און די אינגעוויידן פרירן. ניט מאַיק און ניט מויש האָבן קיינמאָל ניט פֿאַרשטאַנען דעם זינען פון אַ שו?. אַ גרויסע אומפארשטענדלעכקייט פאַר זיי. אַ פינצטערניש אין זייערע מחות צו אַן אָרט, וואוהין זייערע טאַטעס סומען מורמלען און בוקן זיך,. אָבער ס'איז שרעקנדיק דאָס ליידיקע הויז מיט די שטומע פינצטערע בענק. מאַיק גייט פאָראויס מיט אַ סוירטשלאַיט און די איבעריקע צוויי נאָך אים. די ערשטע לעקציע פאַר זיי אין הלכות נגב'ענען. מאַיק איז דער רבי. אין דער ,רעפאַרמאַטאָרי" האָט מען זיך דערציילט מעשיות פון ננב'ענען. איבערגעטריבענע מעשיות, אָבער מאַיק מיט זיין קלונשאַפט האָט פאַרשטאַנען וי אָפּצושײידן דעם אמת פון דער איבערגעטריבנקייט,

מיט אַן אייזערנעם נאָגל צעברעכט מאַיק דעם שלאָס פון שופלאָד. דאָס קריצעניש פון נאַנל בויערס דעם שלאָס און בויערט באַ זיי אין די שאַרבנס, מויש און בעני װאָלטן זיך גלייך געלאָזט לויפן, שפּרינגען דורך די פענצטער און אַװעקיאָנגן זיך ווייט, ווייט פון דעם שרעקלעכן אָרט.

אויפנערוקט דעם שופּלאָד מיט אַ שטילן לאַנגן קרעבץ. מען פּאַקט אין אַ זאַק אַריין. ס'ווערט הייס אין די שיך. עס ברענט די פּאָדלאָגע. די גאַנצע פינצטערניש רוקט זיך אַף זיי און שטיקט און ואַרנט. אָבער מיט גרויס העלדנטום האָבן זיי דורכגעפירט זייער מיסיע. מען רוסקט זיך אַרױס. מען קריכט פון פענצטער, ווידער אַף בוטשי'ן. בוטשי ציטערט. ואַרטנדיק אינ- דרויסן האָט ער נאָך מערער געציטערט וי זיינע חברים אינעוייניק. ער האָט אַזש געװאָלט וויינען, בוטשי. ער האָט געװאָלט אַנטלויפן און איבער- לאָזן די חברים. אָבער בוטשי װועט אַזאַ זאַך ניט טאָן. זאָל מען אים שיסן, זאָל מען אים דערשטעכן, זיין פּאָסטן װועט ער ניט פאַרלאָזן.

אַזאַ פרייד געווען אַה די חברים, ווען זיי האָבן זיך ווידער געטראָפן אַף זיכערן באָדן. אַזאַ דערהאַבענער געפיל איינער צום אַנדערן. אַזא פייער- לעכקייט אין זייער בלוט, פּונקט װוי אַן עקספּעדיציע פון פאָרשער, װאָס דער- גרייכט איר ציל נאָך פיל טויטלעכע נעפארן. בעני דער איטאַליענער, דער סענטימענטאַלער בעני, קושט זיך מיט מאיק'ן, קושט זיך מיט מויש',

} 4

האַלזט זיך מיט אַלע חברים. פריילעכע קינדער, זיי האָבן געזינט. דער ערשטער באַדייטנדיקער זינ אין זייער לעבן.

דער פאָדעם פון אידישקייט האָט זיך אָפּנעהאַקט אין קלינטאָן סטריט, איטשע-מאיר'ס זיידע, ר' מעכעלע, איז נגעווען דער רב פון שטאָט, זיין זיידע ר' מעכעלע מיט דער לאַנגער גרויער באָרד, װאָס האָס נעפאַסט תעניתים אַפילו אין מיטנװאָך, געגאַנגען אין מרחץ אַריין מיט ווייסע זאָקן. אַ הייליקער מענטש.

זיין טאַטע ר' אבינדור'ל איז נעווען אַ סופר. אַריינגעשריבן יעדן אות אין דער תורה מיט קדוש, קדוש (הייליק, הייליק), װאָס האָט צו זיין ווייב, צו זיין מאַמע ניט אַרױסגערעדט קיין איין װאָרט אַלֶע זיינע יאָרן, מחמת פרומקייט,

איז געוואקסן דאָס מעכעלע מיט אַ נזלנ'יש פנים. אַ פּנים א פרעמדער צו זיין שטאַם, ניט ענלעך צו די פּנימ'ער פון זיין יחוס, װאָס קוקן מיט זעליקייט, װאָס שיינען מיט פרומקייט און מיט געבעט צו גאָט און צו מענטשן. אַ פּנים פון אַ רשע פאַרמאָנט זיין זון מעכעלע, אוינן בייזע, שטעכיקע און אַ קול אַ הויכס, אַ שרייענדיקס, א מאַנענדיקס,

ער וויינט, איטשע-מאיר, אין קעלער מיט די מייז, אַף זיין גרויסן בראָך :

,אוי און וויי איז צו מיר, װאָס איך האָב אויפגעהאַדעװועט אַ בייזע חיה, אָנשטאָט אַ קינד. און וויי איז צו מיר, װאָס איך װעל ניט איבערלאָזן קיין זון, ואס ועט ציען ווייטער די קייט פון אידישקייט. אוי, וויי איז צו מיר, װאָס פאַרדאָרבן נגעװאָרן איז מיין שטאַם,"

איינגעשלאַפן איטשע-מאיר. פון גרויס שרעק האָט ער גענומען און איינגעדרעמלט, מיטן פּנים אַרױף צום נאַזדרער איינגעשלאָפן.

אַריינגעקומען איז מאַיק שטילערהייט. נאָך דעם שטיק? , אַרבעט", װאָס ער האָט אָפּגעטאָן, איז ער צעטומלט. אַ מורא איז אים באַפאַלן, ווען עס איז שוין געווען נאָך אַלעמען, נאָכדעם װאָס ער האָט אָפּנעשטעקט דעם זאַק מיטש די גע'גנב'עטע זאַכן צו אַרקעלע'ן דעם אָדעסער. ער איז אַװעק פון זיינע חברים, זיי זאָלן ניט זען זיין שװאַכקײט. א שואך הילפלאָז איננ? איז מאַיק אַריין צום טאַטן אין קעלער. באַם טאַטן אין קעלער װועט די מודא אפשר אַװעק. דער געדאַנק אַליין, אַז ער איז אונטערן דאַך פון זיין היים, וועט אים באַשיצן.

אָט לינט דער טאַטע מיט דער באָרד אַרױיף צום ברענענדיקן נאַזדרער און דרעמלט, מאַיק איז איצט ניט בייז אַפּן טאַטן, פאַרקערט, ער װאָלט

} 7 1

געװאָלט, אַז דער טאטע זאָל צן אים איצט ריידן. זאָל אים זאָנן: , מיין זון." זאָל זיך פרייען מיט זיין אַהיימקומען,

אָט איז דאָס צווייטע נעט. דאָס בעט, ואו זיין שוועסטער אסתר פלענט שלאָפן,. אסתר זיין שוועסטער און מאמע, װאָס האָט אים געליינט קאָמפּרעסן צום קאָפּ, ווען ער איז נעווען קראַנק, װאָס האָס אים געטוליעט צו זיך, ווען ער האָט נעפילט שלעכט, װאָס האָט ליב געהאט אַריינצואוכקען אין זיינע אויערן מיט אַזאַ מין ווארעמקייט, װאָס האָט געמאַכט ציטערן פון פאַרגענינן יעדן אָדערל.

מאַיק לינט זיך אַפן בעט און פול מים ווייטיק איז זיין האַרץ, אַ ווייטיק, װאָס קיינער קאָן אים ניט אויסקויפן,

-- או, או, --- רעוועט ער, --- או,-או, --- וויינט ער, און זיין טאַטע איז אין אַ טיפן שלאָף מיט דער באָרד פאַרריסן צום ברענענדיקן נאַזדרער,

} 8 {

דער נאַנצער בלאָק ווייסט שוין

אַפן צווייטן טאָג ערשט פאַרנאַכט האָט מען זיך דערוואוסט וועגן דער ננבה אין שול, ווייל דער מנין דאַװונט ניט אין דער גרויסער שול. דער מנין דאַװונט אַלע גאַנץ פרי און פאַרנאַכט אונטן, אין קעלער, פאַרן פאַררויכערטן ברודיקן עמוד. דער שמש איז אַריינגעקומען עפּעס נעמען. ער גיט אַ קוק, און עס ווערט אים שוין רעכט פינצטער אין די אויגן,

--- געװאַלד און געװאַלד! -- האָט ער זיך צעשריען און איז גלייך הייזעריק נעװאָרן פון שרעק.

די נייעס האָט זיך מאָמענטאַל? אַ טראָג געטאָן צו די פּושקאַרטס, צו די קראָמען, צו אַנדערע בלאָקס אַרום און אַרום,

-- אַזא שאַנדע באַ אידן, אַזא שאַנדע...

--- אודאי דעם צדיק'ס אַרבעט --- האָט אַ זאָג געטאָן אין דער הויך דער פּעדלער פון די קעמעלעך צום פּעדלער פון די עפּעלעך,

--- שיש-שיש ! --- מאַכט יענער מיט שרעק און קוקט זיך אַרום אין אַלע זייטן,

ער ווייסט שוין, דער פּעדלער פון די עפּעלעך, אַז אַף קלינטאָן סטריט טאָר מען ניט זיין אַזױ האָפּערדיק. ווייל אַנומלטן איז אויך געשען א גנבה אין בלאָק. מען האָט אויסגעליידיקט אַ קראָם פון פרויען-אונטערוועש און דער פּעדלער פון די מזוזות און סידורימ'לעך אַף קאָרנער ריװוינגטאָן סטריט האָט גראַדע געוואוסט, וועמענס אַרבעט ס'איז, און ער האָט זיך באַרימט פאַר דער נאַנצער נאס, אַז ער ווייסט ווער עס איז. נו, נו, פרעגט שוין ניט, ער האָט שוין נאָכדעם מערער קיין כח ניט געהאָט זיך צו באַרימען. אינמיטן העלן טאָג זיינען צוגענאַנגען צוויי איטאַליענער, פרעמדע איטאַליענער פון אַן אַנדער נאָס, און גלייך אין קאָפּ אַריין מיט אַ שטיק אייזן.

-- יאָ, אָבער מען טאָר ניט שווייגן --- צאָרנט דער פּעדלער פון קעמעלעך, -- אַ שול! עס איז דאָך שוין עק וועלט.

| --- שדש-שדש ! -- מאַכט צו אים דער פּעדלער פון די עפּעלעך מיט

קאַלטער חכמה. --- שיש-ש !

--- שישישיש } -- האָט מען זיך געשושקעט איינער צום אַנדערן אֵף

} {

קלינטאָן סטריט און תיכף האָט יעדער איינער געוואוסט, אַז עס איז די אַרבעט פון דעם צדיק מאַיק מיטן אָפּנעביפענעם אויער.

די זעקס גוטע פריינט האָבן גלייך דערשמעקט, אַז מען ווייסס, ווייל וואו זיי האָבן זיך באוויזן איז געװאָרן שטיל אַרום זיי, אָפּנעהאַקט דעם נעשפּרעך, פֿאַרגליווערט געװאָרן די לופט, אָפּנעפרוירן פון די איבעריקע מענטשן מיט אַ קאַלטער געהיימניספולער שוויינעניש,

װאָס האָבן זיי אינגאַנצן געקראָנן פאר דעם דזשאַב ? -- צען דאָלאַר, פ'אָדעסער אַרקעלע האָט זיך נעשוואוירן :

-- אַז מערער קאָן איך ניט אַפאָרדן, מערער האָט דאָס ניט די ווערט, און אַז איר ווילט ניט, קאָנט איר דאָס נעמען צוריק,

אַ חכם, אַרקעלע. דאָס נעמען צוריק, אַז ס'בריט די הענט, דער זאַס, אַז ס'איז פּונקט וי מען האַלט אין דער האַנט אַ הייסע נלאָז טיי אָן א שעלבל,

--- יאָ, מען ווייסט --- האָט בוטשי נעזאָנט צו מאַיק'ן מיט אומנליקלעכע טרויעריקע אוינן,

--- ש-שדש ! -- האָט חיימי נעמאַכט. -- ש-יש-ש ! קיינער ווייסט ניט, און דו ווייסט ניט, און מיר אַלע ווייסן ניט,. פאַרשטאַנען ?

יאָ. בוטשי האָס פאַרשטאַנען, אָבער די לעבער בא אים איז עפעס וי אייננגעפאַלן. אַ קיצלדיק ווינט? האָט דאָרטן געבלאָזן און בוטשי איז געװאָרן אומעטיק,

אַלֶע האָבן זיך נעפילט אומבאַקוועם, אַחוץ מויש. מויש מיטן שמאָלן שטערן און די לאַננע אויערן האָט שוין מער ניט ווענן דעם געטראכט, די נעכטיקע געשעעניש האָט זיך אָפּגערוקט פון אים מיט יאָרן ווייט. ער איז הונגעריק, מויש, און ער וויל עסן. אוי, װויל ער עסן! לאָז אים מאַיק געבן זיין חלק, װעט ער זיך ניין קויפן עסן.

מען װעט אַלֶע עסן, און מען װועט טרינקען וויין אויך. אַ גרויסע ווע- טשערע וועלן זיי באַשטעלן פאַר אַלעמען, אַ מין באַנקעט אַזאַ לכבוד מאַיק'ס צוריקקער, לכבוד דעם, װאָס זיי זיינען שוין נגרויסע בחורים, דערװאַקסענע מענטשן און זיי זיינען נעװאָרן די מייסטערס פון זייער איינן לעבן. אַי, דאָס ואָס מען וייסט ? לאָזן אַנדערע וויסן, אָבער זיי אַליין ווייסן פון גאָרניט...

} 1

שפּיל-זשע מיר אַ דוינעלע..

דער װאָס שפּילט אַפן קלאַרנעט האָט אַ נוליע אַפן האַלז, אַ גוליע וי אַן עפּ?ל די גרויס, דער האַלז זיינער קנייטשט זיך אין פאַלדן, רויטלעכע שווייסיקע פאַלדן, ער קוקט אֵף קיינעם נישט בעת ער שפּילט אַפן קלאַרנעט און די נוליע קוקט אויך אֵף קיינעם ניט. זי איז נלייכנילטיק צו דער וועלט, די גוליע. די אוינן האַלט ער אַראָפּנעלאָזט צו דער ערד און שפּילט אויס די אידישע ניגונימ'לעך, וי דאָס , פּינטעלע איר", ,גאָט און זיין משפּט?,

און ,איך בין א באָרדער בא מיין ווייב".

דער מיטן פידל איז דער געלט-זאַמלער. מיט א צעכראַסטעטן ראָק, מיט אַ טעלער? אין דער האַנט גייט ער צו צו יעדן טישל, פאַרנוינט זיך זייער ליבלעב מיט די גרויסע װאָנצעס און מיט אַן איידל שמייכעלע דערלאַנגט ער דאָס טעלער? נלייך אונטער דער נאָז.

אַף טרעפּלעך דאַרף מען אַרױפגיין אין דעם שענקל. אַפן ערשטן שטאָק איז דאָס, מיט א נידעריקער סטעליע. דאָס פענצטער איז פאַרהאַנגען מיט אַ רויטן טישטוך, פאַרדעקט פון די אוינן פון דער גאַס. ווייל דאָרטן שיכור'ט מען און מען פרעסט סטייקס און די פאַרביינייער קאָנען נאָך אַרײנקוקן אין פענצטער און ניט פאַרגינען. נאָך א טעם איז דאָ, װאָס דאָס פענצטער איז פאַרהאַנגען : ס'איז פּראָהיבישאָן, און אַפילן די פּאָליסלייט פון דעם געננט ווייסן, װואָס פ'קומט דאָרטן פאָר אינעװייניק, אָבער דערפאַר זעען זיי כאָטש ניט די זינד מיט זייערע איינענע אוינן, ווייל וי קענען זיי זען, אַז דאָס פענצטער איז נאָר פאַרהאַננען.

זי איז אַ רומענישע, באַשע. מיט גרויסע אוירינגלעך. מיט אַ טונקעלער שמירעכץ אַף די ברעמען און אונטער די וויעס. אַ הויכע פרוי, אַ ברייטע און אַן אָנגעזעענע.. אין אַן אָפּנעצױנענער שווארצער קלייד אֵף אַ שטייפן קאָרעסט. אין א נרין קאָפטל מיט רויטע קרעלן. זעלבסטיזיכער און באַ- וואוסטזיניק אין איר אױיטאָריטעט שפּאַנט זי פון טישל צו טישל און זידלט די געסט. א שיין גוידער? פאַרמאָנט זי. אַ גוידער? אַזאַ ליבס און אַ גע- פּעשטשעטס, און ס'חנ'דלט זיך דאָס נוידערל צו אַלֶע מיטל-יאָריקע אידן -- אירע שטענדיקע באַזוכער,

} 1 {

שװאַרצן רומענישן וויין טרינקען דאָרטן} די נעסט. אַזאַ וויין, װאָס שרפ'עט די נעדערים, רייסט אין האַלז און לאָזט איבער אַזאַ פאַרב אַף די ליפּן, וי פון טונקל-רויטלעכן טינט. גרויסע, מפעטע סטייקס מיט גריוונס עסט מען דאָרט, און מען קרעכצט פון פארגעניגן.

די זעקס חברה-לייטלעך האָבן פאַרנומען א נאַנצן טיש. וואויל-יונגעריש און הפקר'דיק האָבן זיי זיך צעזעצט, וי דערפאַרענע שענק-גייער. דאָס ערשטע מאָל וי זיי באַזוכן אַזאַ פּלאַץ און מען לעבט איבער דעם ערשטן ציטער פון בחור'שאַפט, פון דער ריכטיקער פי?-פאַרביקער בחור'שאפט,

--- וואָס וועט איר זאָנן, באִיעס ? --- שווימט-צו צו זיי באַשע די רומענערן, אַ מאַיעסטעטישע מיט דעם ליבלעכן גוידער. --- און ווער האָט דיר אָפּגעביסן ס'אויערל, אָצע-קלאָץ מיינער ?

דאָס רעדט זי אַזױ ליבלעך צו מאַיק'ן, און מאַיק'ן איז גאָרניט געפעלן אַזאַ אויפנאַמע. עפּעס רעדט זי צו אים, וי צו אַ שנעק. אָבער גאָרניט, לאָז זיינס איבערגיין,

װאָס ווילן זיי ? וויין ווילן זיי און די גרויסע רומענישע סטייקס מיט אַ סך פעפער אוֹן גריוונעס.

-- נו, געלט האָט איר, יונגעלייטלעך מיינע ? --- איז איר נוידער פופ מיט פאַרדאַכט אַף זיי.

--- שׂור װאָבן מיר -- מאַכט בעני דער איטאליענער און שמייכלט ליבלעך צו באַשע'ן. ער שמייכלט, פּונקט וי זיין טאַטע סילוועסטרא, מיט גוטמוטיקע אוינן, מיט ווייסע ציין,

--- ביז איך זע ניט דאָס געלט, ווייס איך ניט צי עס איז נעלט -- איז איר גוידער שאַרף און נעשעפטסמעסיק.

צו אַנדערע געפט רעדט זי ניט אַזױ. זי ווייסט, אַז מען װועט איר באַצאָלן, אָבער מיט די יונגע שנעקעס איז זי שוין פאָרזיכטיקער, יונגע שנעקעס, װאָס האָבן ערשט נעכטן נע'גנב'עט פון די פּושקאַרטס און איצט פאַרשטעלן זיי זיך פאַר נװאַלדיקע הולאַיקעס,

מאַיק וויל ניט ליידן פאַרװאָס מען גלויבט זיי ניט. ער טוט שוין דעם באַרימטן שפּיי, און וויל שוין דערלאַנגען אַ זעץ אין טיש. אָבער היימי דערלאָזט נים. חיימי, דער נלייכער שכל פון דער דאָזיקער חברה, פארשטייט גאַנץ גוט, אַז מען װועט זיי צע'מזיק'ן, צעבלוטיקן און זיי אַרױסװאַרפן וי די שפּענדלעך, ווייל דאָס פּלאַץ איז באַשיצט און באַשירעמט פון דעם װאָס רופט זיך ,זויג דאָס בלוט (, דזשיפּ דהי בלאָד").

,שפּיל זשע מיר אַ דוינעלע, אוי אַ דוינעלע", פאַרנייט זיך מיט כריפּלענ-

} 1

דיסע טענער דער קלאַרנעט-שפּילער. און די גוליע זיינע אַפן האַלז זינגט אויך מיט. זי באַקומט אויסדרוס, די גוליע, און ווערט ליריש און טרויעריק. ער זינגט, דער קלאַרנעט-שפּילער און שפּאַנט זיך צו אַלע טישלעך. באַ יעדער טישל שטעלט ער זיך אֶָפּ און פאַרנוינט זיך. דאָס גיט ער אָפּ כבוד צו יעדן טישעלע. צו דער חברה'ס טישל איז ער אויך צוגענאַנגען און זיך פאַרנויגט, און די אינגלעך האָבן זיך דערפילט נװאַלדיק דערהויבן. ,א שפּיל זשע מיר אַ דוינעלע? -- אַ אידיש ליד? פון בעסאַראַביע, װאָס צעגייט זיך אין אַלע אברים, װאָס צופּט אין האַרצן און סע ווערט אַ מחיה טרויעריק פון דעם.

אין דעם פּלאַץ גייען אַריין מיטליאָריקע פּעדלער און אַרבעטער, װאָס לעבן ניט בשלום מיט זייערע ווייבער. אַנטוישטע און אומעטיקע, קומען זיי צו פאַרטרינקען זייער מרה-שחורה. סיט באַשע'ן פילן זיי זיך זייער היימיש. זי זידלט זיי אַפילו, אָבער אין איר זידלען פילן זיי איר נוט גרויס האַרץ,. אַ גרויסע משפּחח אַנטוישטע און פאַרצווייפלטע אין זייערע פאַמיליע- לעבנס, און די הויכע באשע מיט אירע זיבעצן רינגלעך אַף די פינגער און מיט איר מאַיעסטעטישן גוידער, איז די ברייטהארציקע מאַמע צו זיי אַלעמען.

מויש איז טאַקע גוט הונגעריק. אַלֶע פּרישטשעס צעגייען זיך פון תענוג, זיינע לאַנגע אויערן פלאַמען. זיין מוי? ברייט צעעפנט. איידער נאָך דער ביס אַפן נאָפּל דערנייט צום מויל, שטעקט ער אַרױיס אַ גרויסע צונג צו באַגעגענען מיט ליבע דאָס נעשמאַקע שטיקעלע, װאָס טריפט מיט בלוט און מיט פעטס. ער איז זיך אַזױ מחיה, מויש. געבענטשט איז די פריינטשאַפט פון אַזאַ חברה, געלויבט איז מאַיק דער פריינט זיינער, װאָס האָט זיך אַראָפּנעיאַװעט צו זיי מיט זיין גרויסער לעבנס-דערפאַרונג,

מאַיק, צענומען פון דעם זויערן וויין און פון די הייסע זאַפטן פון סטייק אין זיינע אינגעוויידן, שטעלט זיך איצט אויס פאַר דער חברה. ער דערציילט מעשה'לעך פון דער , רעפּאָרמאַטאָרי". ער דערציילט אויך די געשיכטע פון אָפּגעביסענעם אויער, װועגן דעם קובאַנישן אינגל, וועמען ער האָט נוט אָנגע'הרג'עט. דאָס האָט אים טאַקע יענער אָפּגעביסן דעם אויער. אַריינגע- כאַפּט דעם אויער אין זיינע שאַרפע ציינדלעך. מאַיק שלאַנט אים אין קאָפּ און אין בויך, יענער וויל ניט אָפּלאָזן. אַנדערע אינגלעך רייסן אים. דער קובאַנער חלש'ט פון די קלעפּ, אָבער אַזױ חלש'נדיק וויל ער נאָך אַלץ ניט אָפּלאָזן דעם אויער...

אָבער פּלוצלונג װוערט שטיל. אַלע דרייען אויס די קעפּ. אַף דעם שוועל שטייען פרעמדע מענער. הויכע ברייטע מענער מיט גזלנ'ישע מאָרדעס. אין דעם אופן, װוי באַשע לאָזט זיך צו זיי, ליגט שוין אַליין אַ גרויסע שרעק,

} 1

-- האַו דו יו דו, מיסטער אָניעל --- באַגדיסט איר נוידער, זייער ליבלעך,

דעם מיסטער אָניעל, | --- האַו דו יו דו יורסעלף --- ענטפערט אָניעל און וויל אַפילו ניט קוקן

אָף איר,

מויש האָט דעמאָלט נעהאַלטן אין קייען אַ געשמאַקן ביסן פון פעטן סטייק. האָט ער אים שוין ניט צעקייט, דעם ביסן. ער האָט אים אַרױיס- געשפּיגן, ווען אָניעל האָט אים גענומען שלאָגן. ניט נאָר אָניעל האָט געשלאָגן -- אַלע פרעמדע מענער זיינען אַרויפגעפאַלן אַף דער חברה, וי בייזע חיות, און האָבן גענומען שלאָגן. שנעל און ניך, ניט גענעבן קיין צייט זיך אַפילו צו באַטראַכטן. בוטשי האָט געפּרובירט דערלאַננען צוריק. האָט מען אים געגעבן מיט אַן אייזערנער הענטשקע אַ טשמעליע איבערן קאָפּ און ער האָט אַ קראַך געטאָן צו דער ערד. דער ריזיקער בוטשי אין געפאַלן צוזאַמען מיטן טיש.

דער וויין איז ערגעץ אָפּנעפלאָסן, בלאַסע, צע'הרנ'עטע אינגלעך זיינען געשטאַנען מיט קאַלעמוטנע אוינן און אָניעל האָט געזוכט בא זיי אין די קעשענעס. זיי האָבן נאָרניט נגעהאָט אין די קעשענעס, א חון די עטלעכע דאָלאַר, װאָס אַרקעלע האָט זיי אָפּנעצאָלט פאַר זייער אַרבעט.

דער פּאַליצי-װאָנן יאָנט זיך מיט זיי איבער די איסט-סאַידער נאַסן, און זיי, די זעקס גוטע פריינט פון קלינטאָן סטריט, ליגן איינער אַפן אַנדערן צע'מזיק'טע, צעבוכטשעטע. זיי וויינען ניט, זיי קרעכצן ניט. העלדיש טראָגן זיי זייערע ווייטיקן...

} {1

מילדרעד האָט זיך ניט געקאַנט ווערן

דאָס קליינע מיידעלע מילדרעד מיטן רענצעלע אין דער האַנט פאַרלאָזט דאָס הויז, אָן אַ געפיל פון חרטה, ס'טוט איר ניט באַנג די פינצטערע אָרעמע היים, וואו אַזױ פיל יאָרן האָט געהוסט און געשפּינן אַ קראַנקער טאַטע, וואו א מאַמע, אויסגעצערט פון האָרעװאַניע, האָט. שוין נים געהאַט קיין רייד פאַר אירע קינדער. יעדער איינער אין דער דאָזיקער היים האָט געדאַרפט טראַכטן פאַר זיך. יעדער איינער האָט זיך נעדאַרפט אָנהאַלטן אין לעבן מיט איינענע כחות, |

שװאַכע כחות פאַרמאָגט די 17דיאריקע קליינע מילדרעד, מיט די אייביק- לאַכנדיקע באַקן-ביינער, מיט די קאַליע ציינדלעך און קרומע ליפּן,

פון דער פּאָבליק-סקול איז מילדרעד פיל מאָל פאַרשוואונדן געװאָרן, נאָך זייענדיק אין זעקסטן נגרעיד איז זי פאַרשוואונדן,. די סקול-באַאמטע האָבן זי געזוכט די ערשטע צייט. זי אויסנעפונען און אַריננעפּאַקט צוריק אין סקו?. אָבער דערנאָך איז זי ווידער פאַרשוואונדן און נאָך אַמאָל פאַרלוירן געװאָרן, און מען האָט זי אויפנענעבן,

די אָנגעשטעלטע פון דער באָארד אֶוו עדיוקיישאָן פלעגן זיך דערשרעקן פאַר דער שרעקלעכער אָרעמקייט פון שמערל דעם פּעדלער'ס הויז, ווען זיי פלענן קומען אַהין זוכן די װידערשפּעניקע מילדרעד, זיי האָבן מורא געהאַט פאַרן קראַנקן ריח פון דער פאַר'עיפּושט'טער לופט. ער האָט געהוסט שמערל דער פּעדלער מיט באַצילן, און געשפּיגן מיט באַקטעריעס און האָט זיך. אַפילו ניט געװאָלט אומקוקן אֵף זיי.

די מאַמע אין קיינמאָל ניט געווען אין הויז. זי האָט געשוויצט אין אַן ענגער סיך פון אַ ביליקן רעסטאָראַן, געאַרבעט אַלס אַן אונטער-קעכין,

די בלוטלאָזע מילדרעד גייט איצט ווערן א ווייב צו אַנטאָנינאָ'ן, און זי ווייסט אַפילו ניט פאַרװאָס מען רופט אַ פרוי---ווייב. װאָס זי יוייסט, אַז מען שלאָפט צוזאַמען קערפּער לעבן קערפּער, און אַז אַ זינדיקע װאַרעמקייט כאַפּט אָרום אַלע גלידער, און ס'איז אַ וואונדערבאַרער געפי? אַזא און אַ שעמעוו- דיקער געפיל?, װאָס מען דאַרף באַהאַלטן פאַר טאַטע און מאַמע און פאַר די שוועסטער און ברודער, פאַר אַלע מענטשן דאַרף מען דאָס באַהאַלטן. מען

} 1

מענ דעם נעפיל בלויז אַרומטראָגן אין זיך מיט אַן אינערלעכער שעמעוודיקער פרייך.

ס'האָט קיינמאָל ניט נעהאט קיין פרייד אָט די מילדרעד מיט די קאַליע ציינדלעך. אום ווינטער נליווערן די בלוטן פון קעלט. זומער חלש'ט אַוװעק יעדער אבר פוֹן היץ. אין די רעננדיקע װועטערן ניסט מען, ס'איז ענג אין האַלז און דער קאָפּ ברעכט. אַז מען איז הונגעריק טוען יי די נעדערים, אַז מען עסט זיך אָן ווערט איבלדיק און אַ שװואַכקײיט באַפאַלט דעם קערפּער, אַ לעבן, װאָס איז ניט נוט אַזױ און ניט נוט אַזױי. לעבן רעכטן אוינ האַלט אין איין ציטערן אַזאַ מין אָדערל, װאָס נאָנט און נאָנט,. די הענטלעך אַזױינע דאַרינקע און נעלע, און די פיננער, ווען זי בוינט זיי איין, זעען אויס וי איבערנעבראָכן. די הנאה פון הייסע װואַסער, ווען מען לאָזט אָפּ די אברים און מען ווערט מחיה'דיק שװאַך, האָט זי קיינמאָל ניט געוואוסט. ס'איז ניט געווען קיין װאַש-צימער אין הויז. דער וואַש-צימער איז געווען אין האָל, און דאָרטן אין געווען איבלדיק, שטיקנדיק און פאַרפּעסטעט און פינצטער, און גרויסע שטשורעס האָבן אַרומגעיאָנט,

אָבער אמשר וועט אַנטאָנינאָ איר איננאנצן ניט אַרינלאָון צו זיך. מילדרעד האָט מורא צו טראַכטן וװוענן דעם, ניין, ער וועט זי אַריינלאָזן, ווייל שטענדיק, ווען זי קומט צו אים, נעמט ער זי אַרום און קושט זי און רעדט צו איר אַזױינע ליבע ווערטער. שטענדיק, ווען זי קומט צו אים, וװויל ער זי פאַרהאַלטן, זי זאָל בא אים בלייבן אין צימער,

מילדרעד מיט די קאַליע ציינדלעך גייט צו 8 מאן, און זי האָס אים גאָרניט נגעפרענט צי וויל ער אַז זי זאָל זיין ווייב זיין און זאָל וואוינען מיט אים אין איין צימער, און ער זאָל איר געבן עסן און טרינקען, און קליידן און שיכן. מילדרעד, דאָס ארים-בלוטיק מיידעלע, לאָזט זיך אַף נאָט'ס באַראָט, די איינציקע שטאַרקייט אירע, װאָס זי איז אַ פרוי און ער באַנערט זי. װועט ער זי איצטער אויך באַנערן,

די געװואַלדיקע פרוי װאָס זי איז, מילדרעד, װאָס קוקט אויס וי אַ ניט- דערבאַקן מיידעלע. קליינע מיידעלעך שעמען זיך און ברענען, און נליען אין פלאַמען, און מיינען אַז זיי טוען דאָ אַ זאַך װאָס איז איבערגעקערט צום לעבן. |

זי איז ארעם, מילדרעד, אַלע אירע יאָרן געווען אָרעם. געװוען אָרעם אין פּאָבליק-סקול, ניט נוט פאַרשטאַנען די תורה, װאָס מען האָט זי נעלערנט אין פּאָבליק-סקו?, געווען אָרעם צו איר מאַמען און צו אירע שוועסטער און צו איר ברודער, אַלע האָבן נעקאָנט עפּעס אויפטאָן, זי האָט גאָרניט געקאָנט

} 1

אופּטאָן --- אַפילו ניט העלפן דער מאַמען צו ראַמען די הויז. זי האָט גאָרניט געהאָט צו נעבן, האָט זי קיינמאָל ניט געהאַט קיין חבר'טעס. אַז מען שפּילט זיך מיט חבר'טעס דאַרף מען אויך עפּעס געבן, כאָטש אַן אַיינפאל, אַ געדאַנק. אַן אָרעם מיידעלע, און דעם איינציקן פאַרמעגן, װאָס זי פאַרמאָגט, װאָס אַ מאַן באַנערט זי. אין זכות פון דעם פארמעגן, װעט זי עקזיסטירן. אַן אָפּגעריבן רענצעלע טראָנט זי אין דער האַנט, און איר גאַנצע רייכקייט באַשטײט פון פּודרע-קעסטעלעך, ליפּסטיק-רערלעך, און מרימ'ס אונטערהעמד, דאָס ראָזעווע אונטערהעמד, װאָס קוקט אויס וי זייד.

++ ++ + + + + ++ ++

ס'איז געווען פאַראַיאָרן אין אַ זומער אינדערפרי. באַם איסט-ריווער איז אַנטאָנינאָ געשטאַנען פאַרטיפט אין מאָלן, פאַרטיפט און פאַרטאָן אין א פּיינלעכער וועלט. אוי, װי ס'איז אים שווער אַרויסצוקריגן די אַלע פאַר- באָרנענע קאָלירן, װאָס ער, אַנטאַנינאָ, קאָן זען, אָבער אַרױסברענגען אַפן לייוונט איז אים געװאַלדיק שווער, ס'איז קיינמאָל ניט דאָס, וי אַזױ ער האָט דאָס נעזען.

אַ הויכער, אַ דינער אַטאָנינאָ מיט אַ נערוועזן שטערן, אַן אָנגעשטרעננטן שטערן. ער איז אַרױסגעקראָכן, דער שטערן, פון דעם שאַרבן כדי צו כאַפּן די פאַרבאָרגנסטע שאַטירונגען פון דער גרינער שפּרינגענדיקער װאַסער. די אויגן זיינע זיינען פול מיט ווייטיק, אוינן, װאָס ווילן אַרייננעמען יעדער געזעען פּיצעלע און דאָס אַרױפכאַפּן אַפן לייוונט. אָבער זיי גליטשן זיך אַרױס, די געזעענע פּיצלעך. ווערן אויסגערונען. דערפּאַר קריכט אַרױס אַזױ דער הויכער שטערן פון שאַרבן. שטרענגט זיך אָן צו כאַפּן צוריק דאָס פריער נעזעענע. דערפאַר לויפן אַזױ די אָדערלעך לעבן די שלייפן.

דאָס װאַסער איז נעשפּרוננען מיט ווייסע פיינ?, און מיט שפּענדלעך און מיט צעבראכענע פיאַלעטעווע ריננען. אַ באַרזשע האָט זיך געהוידעט מיט אַ ליכטיקער זון-באַנאָסענער דעק. מילדרעד איז אַהין פאַרקראָכן מיט די לאַכנדיקע באַקן-ביינער. אומעטום איז זי געקראָכן מיט איר אָרעם געקעסטלט ציצן קלייד?ל, אין די איבערגעקערטע שיכלעך, אין די צעפּאַטלטע האָר. אַ מיידעלע פון זעכצן יאָר מיט פייכטע גרויסע אויגן, מיט אַ מוטנע פייערל אין די שװואַרצאַפּלען.

אַנטלאָפן פון דער שטוב, וואו דער טאַטע הוסט און שפּייט, אַנטלאָפן פון דעם בלאָק, װאָס חרודעוועט מיט אַן אייביקער אומרו. זיך גענאַנגען פון גאַס צו גאַס, אַ שפּעטנדיקע, אַן אָרעם-בלוטיקע מיט די קאַליע ציינדלעך.

אַלֶע האָבן זי פיינט, אַזױ גלויבט זי. די מיידלעך פון דער גאַס האָבן

}1

זי אויך פיינט. מען חבר'ט זיך מיט איר ניט. שפּאַצירט זי זיך אום איינע אַליין און אַזױ פאַרקריכט מען צום איסט-ריווער.

אַף יענער זייט איסט-ריווער שטייט אַ שטאָט אַ פרעמדע און אַ ווייטע. אַן אַנדער לאַנד,. קלעצער הוידען זיך אין װואַסער און שפּײיען מיט אַזאַ גרינער פעטער פליסיקייט. אַ ליידיקער, פאַרװאָרפענער, פּוסטער לאַט. און דאָ שטייט נאָר אַ הויכער דינער בחור מיט א בלאַסן פּנים, װאָס ס'איז שוין ניט געשלאָפן חדשים און יאָרן, אַ לענגלעך פּנים מיט אַ חגריבעלע אַף דער באַק.

שטי? איז זי געשטאַנען הינטער אים און האָט אים נעהאָלפן מאָלן אין איר געדאַנק,. יעדער נייער שטריך, װאָס ער האָט אַרױסנגעבראַכט, האָט זי דערפרייט, אַקוראַט װוי זי אַליין װאָלט דאָס נעמאָלן. און נאָך גרעסער איז געווען די פרייד און דער וואונדער, ווען די אומדייטלעכע שטיקער פאַרב האָבן אָנגעהויבן אָנצונעמען אַ פאָרמע. די פאָרמע פון אַ באַרזשע מיט אַ לאַנגן שטריק צוגעבונדן צו אַן אייזערנעם סלופּ,

ער האָט אַ שמייכ? געטאָן צו איר און מילדרעד האָט זיך פאַרשעמט. פאַרשעמט, אָבער די דאַרע באַקן-ביינער האָבן נאָך אַלץ געלאַכט,

--- ס'געפעלט דיר ? --- פרענט ער מיט צעלאָפענע, צעשיינענדיקע אויגן,

מילדרעד ענטפערט ניט. זי שוייגט מיט די בלוטלאָזע ליפּעלעך, און דאָס אָדער? לעבן רעכטן אויג האָט זיך נאָך שנעלער צעציטערט און עס האָט גענאַנט און גענאָנט.

--- דו ווילסט, װועל איך דיך אויך מאָלן,

מילדרעד דערהערט אַזױנע זאַכן, אַנטלויפט זי. און ער שרייט איר נאָך :

--- האָב ניט קיין מורא, יוננע ליידי, אַנטלױף ניט, איך װעל דיר נאָרניט ניט טאָן,

, יונגע ליידי" האָט ער זי גערופן, כי, כי, כי --- האָט זי זיך צעלאַבט. אָבער אַפן צווייטן אינדערפרי איז זי ווידער אַהין פאַרקראָכן. ס'איז איר בלויז געווען טשיקאַװע צו זען, צי זי װועט אים דאָרטן ווידער טרעפן.

וי אַ וועווריק? אין פּאַרק --- אַ וועווריקל, װאָס עס געוואוינט זיך צו צו אַ מענטשן, וועלכער קומט אַלֶע טאָג און זעצט זיך אַף דער זעלבער באַנק, אַזױ האָט מילדרעד זיך צוגעוואוינט צו דעם אויסטערלישן מענטשן, װאָס קאָן אױפּטאָן אַזאַ גרויסן וואונדער, וי אַראָפּכאַפּן דעם טייך מיט דער באַרזשע, מיט דעם שטריק,

ער האָט מילדרעד'ן אויך געמאָלן, אָבער ניט לעבן איסטיריווער. באַ זיך אין סטודיאָ האָט ער זי געמאָלן. אַ גרויסער ברייטער צימער מיט אַ

} 1

גלעזערנעם דאַך. אֵף די ווענט אַזױנע שרעקלעכע בילדער: שלענג װאָס שפּייען מיט גרינעם פייער, נאַקעטע מענטשן, װאָס בראָטן זיך אין גיהנום און שרייען מיט בלוטיקע מיילער און מיט אױיסגעשפּרייטע הענט.

ווען ער האָט זי אַראָפּנעכאַפּט, און זי האָט דערזען אַפן לייוונט זיך אַליין, אַזױ וי זי שטייט און גייט, מיט דעם אמת'ן קאָליר פון אירע אויגן, פון אירע האָר, פון איר קלייד?, פון איר ברודיקן האַלז, האָט זי זיך צעלאַבט, דאָס מאָל אמת'דיק און עכט. מיט גרויס פרייר, מיט אַן אנגענעמען ציטער,

אין יענעם טאָג ווען זי חאָט זיך אַזױ אמת'דיק און עכט צעלאַכט, האָט זי זיך דערוואוסם נאָך אַ זאַך, װאָס דאָס איז געווען א גאַנצע וועלט-איבער- קערעניש. זי האָט זיך ניט געקאָנט ווערן, געציטערט מיט געבעט און מיט וויי, ס'איז שוין דעמאָלט געווען פאַרנאַכט. די שלענג, װאָס האָבן געשפּיגן גרינעם פייער, זיינען פינצטער געװאָרן, אויסגעלאָשן האָט זיך אויך דאָס פייער אין גיהנום, און די נאַקעטע מענטשן מיט די בלוטיקע מיילער האָבן מער ניט געשריען. נאָר ווייט האָט געאָטעמט אַ שטאָט. פינצטער און הייס. און עס ווערט צעשטערט דער גאַנצער סדר פון דער וװועלט. מען קאָן ניט אַנלויפן, מען קאָן זיך ניט ראַטעװען, מען מוז בלייבן אַפן פּלאַץ. און אַ ברענענדיקע גיפט אַזאַ קריכט איבערן לייב, װאָס סמ'ט מיט אַזאַ זיסקייט און פּיין.

} 1

וי מילדרעד גייט ווערן אַ ווייב

דער ערשטער עוועניו הויך-באַן לויפט אָן מיט דונערן. אַנטלויפט אַרויף, אַרױף, און די דונערן יאָגן אים נאָך, דער ערשטער עוועניו הויך-באַן לויפט אַף צוריק און די דונערן יאָנן שוין אויך אֵף צוריק. די דעכער פון טענעמענט- הייזער ציטערן,. דער נאַנצער בלאָק ענטפערט מיט אַ פאַרדעמפּטן געברום, פּונקט וי ס'װואָלט געקומען פון דער טיפעניש פון דער ערד. דער באַן קאָן ניט איבערשרעקן דעם בלאָק מיט די דונערדיקע געשרייען,. ער זידט סיי וי סיי, דער בלאָק, קאָכט און פּרענלט זיך און קנוילט צונויף אַלֶע קולות צוזאַמען אין איין קנויל, און עס דרייט זיך דער קנויל? מיט די קולות, איבער אַלֶע דעכער, איבער אַלעמענס קעפּ,

די איטאַליענישע קינדערלעך אַף דער נאָס שווענסען זיך אין אַ שטראָם יאָגנדיקער שטורעמדיקער װואַקער. דער נאַסן-רייניקער מיט דעם ברעזענטענעם היטל און נומענע שטיוול שפּריצט אֵף זיי מיט אַ גראָבן געדיכטן שטראָם, אַ שטראָם מחיה'דיקע קילע אימפּעטיקע ואַסער פוֹן דעם נאַסקראַן. די שטאָט קילט דאָס אַזױי אָפּ די איטאַליענישע קינדערלעך פון דער עלפטער גאַס.

וי א גרויסע ריזיקע נעסט פון מוראַשקעס, קריכן זיי, די מענטשן און מענטשעלעך אומעטום, אֵף די פייער-לייטערס, אַף די דעכער, אָף די שטיינער פון דער נאָס, אַף אַלע טרעפּ פון די סטופּעס. אַרום די פּושקאַרטס און די קינדער-וועגעלעך. און פליגן, איסט-סאַידער פלינן, וי די װאָלקנס היישעריקן, הויערן זיי איבער די פענצטער, איבער ריטשקעלעך וואַטער, איבער די זיסע פרוכט פון די פּושקאַרטס, איבער טוכלע פיש, איבער ברויטעלעך מיט קעז, איבער געפּרעגלטע קנישעס, װאָס לאָזן זיך פילן איבער דעם נאַנצן בלאָק. אַרום דעם גאַנצן טומל שפּילט די קאַטערינקע צו צו אַ קארוסע? אֵף אַ װאָגן מיט פּאָרצעלייענע פערדלעך, װאָס דרייען זיך איינער נאָכן אַנדערן ביסטרינקע און בייזינקע מיט צעשיינטע ציטערנדיקע קינדערלעך,

זעקס שטאָק האָט דאָס הויז. אַף יעדן שטאָק איז פינצטער און הייס, הונדערטער ברודיקע טרעפּ. אַ ריח פון קעץ, פון מייז, פון קאַליע-געװאָרענער מילך. עס האָבן זיך אַהינצו פאַרקליבן אָט די ריחות, סאַמע דעמאָלט, ווען די איטאַליענער האָבן זיך דאָס ערשטע מאָל אַרײינגעצוינן אין נייעם אוים-

21

געבויטן הויז, אין די ליידיקע צימערן. פון דעמאָלט אָן זיינען אַװעק אַ פּאַר צענדליק יאָר און עס האָבן זיך געהאַלטן אין איין זאַמלען דאָרטן די ריחות. אַרױסגײן האָבן זיי ניט געקאַנט, ניטאָ קיין עפענונג, ניטא קיין פענצטערל. ריינע לופט נייט בלויז אַריין אונטן אין האָל, און אויבן, וואו דער דאַך עפנט זיך.

זי הויבט זיך, מילדרעד, פון שטאָק צו שטאָק, ביזן דאַך אַזױ. אַפן דאַך איז פריי די נאַנצע וועלט. אַ וועלט פון אָפּנעלישעטע, אָפּנעקראָכענע הייזער- סאַסטנס. אַ וועלט פון שטריק. שטריק אויסנעצוינן אין דער לענג און אין דער ברייט. זיי קרייצן זיך די שטריק. זיי פאַרבינדן הייזער מיט הייזער. מען האָט אױיסנעטאָן אַלֶע איטאַליענער פון די בלאָקס אַרום און מען האָט צעהאַננען זייער וועש אַף די שטריק. אַ רייכקייט פון אונטערוועש. טאַטעס, מאַמעס מיט זייערע איננלעך און מיידלעך העננען אַף די דאָזיקע שטריק. דעם טאַטנס אַ נרויסער יוניאָן-סוט מיט דעם אינגל'ס קליינינקע הייזקעלעך. דער מאמעס אַ לאַנגע ברייטע העמד, מיטן טעכטערל'ס פּיצעלע העמדעלע.

גאָר פונדערווייטנס הויערן אונטערן הימל הייזער, וי הויכע שמאָלע בערג, מיט. גאַניקעס און מיט װעראַנדעס, און מיט פענצטער אין טורעמלעך, און נערטנדלעך. יעדע הויז דאָרטן פונדערווייטנס -- אַ באַזונדערע שטאָט אין דער הויך. שטעט אין דער הויך, װאָס געהערן צו אַן אַנדער ראַסע, די ראַסע פון די מעכטיקסטע און רייכסטע פון לאַנד.

אַנטאָנינאָ'ן איז הייס און איבלדיק. ביז פאַרטאָנ האָט ער נעכטן נע- שיכור'ט. איצט קאָן ער ניט שלאָפן צוליב דער דושנעקייט פון טאָג, צוליב דער גרויסער היץ פון אָנגעגליטן נלאָז,. ער זיצט אַפן בעט, אַ בלאַסער, אַ צעבראָכענער, אַ קויטיקער, אַ ניט-גענאָלטער און טראַכט פון זעלבסטמאָרד, װאָס טויג אים שוין איננאַנצן דאָס לעבן, אַז ער האָט קיין טאַלאַנט ניט, אַז אַלע בילדער פוֹן די ווענט קוקן צו אים זינלאָזע, פּוסטע. ער האָט דאָרטן אָנגעשמירט, אָנגעפּאַטשקעט, און צו װאָס טוינן זיי? און דאָס לעבן איז נאָך אַזױי איבלדיק און שטיקנדיק. ער וועט גיין אַף װיליאַמסבורג בריק און וועט זיך אַראָפּוואַרפן אין איסט-ריווער, ער װועט גיין אין סאָבוויי און װעט זיך אַראָפּװאַרפן אונטער די לויפנדיקע רעדער פון אַן עקספּרעס. ער װועט זיך איבערשניידן דעם האלז מיט זיין גאָל-מעסער. ער דאַרף ניט לעבן און קאָן ניט לעבן. ניין, ער װעט פריער צעשניידן אַלע בילדער, װאָס הענגען אַף די װענט; די בילדער, אַף וועלכע ער האָט געפיבערט, אָפּנעצערט זיך, דעם אָטעם ניט געקאָנט כאַפּן פון באַוואוסטזיין, אַז ער גייט איצט מאָלן אַ בילד מיט אַזא מין קאַלאָסאלער אידייע, אַז די וועלט װועט שטוינען.

1 ז

איצטער װעט ער זיי צעשניידן אַף פּיץיפּיצלעך און װעט צוזאַמען מיט די צעשניטענע בילדער שפּרינגען פון װיליאַמסבורג בריק, און לאָז די וועלט וויסן,

אַנטאַנינאָ גייט פאַרניכטן זיין איינן לעבן. די פאַנטאַזיע צעשפּילט זיך באַ אים מיט אַלע איינצלהייטן אין צעפלאַמטן ניט-אויסגערוטן מאַרך. מיט פאַרגלייזטע אויגן דרייט ער זיך א טויטער צווישן די װאַסער-פלאַנצן אַפן גרונט פון איסט-ריווער,

אָבער ער מוז דאָס טאָן. דער געדאַנק, װאָס האָט אים איינגערעדט דאָס צו טאָן, לאָזט אים שוין ניט אָפּ,. ס'ציט אים, ס'שלעפּט אים, ס'באַפעלט אים. ער דערשרעקט זיך, ער האָט שוין חרטה, ער וויל ניט אומקומען. ער איז נאָך אַזױ יונג. ער האָט אַזױ פיל טאַלאַנט,

אָבער דער געדאַנק ציט, הייסט, באַפעלט : אומקומען, אומקומען. די וועלט איז הייס, קלעפּיק און נאַריש. אין מויל איז איבלדיק. די שלייפן האַקן. זינלאָז, אַבסורד. צעשטערן זיך דאַרף מען.

שוין, ער טרינקט זיך שוין אין איסט-ריווער. דאָס לייב גליווערט, די אוינן קריכן אַרױס, גרויסע און נלעזערנע. די װאַסערן ציען אים אַראָפּ,

--- מלדרעד ?

יאָ, ס'איז מילדרעד, שטייט און לאַכט מיט מאָנערע באַקן-ביינער און מיט די קאַליע ציינדלעך. שטייט מיט אַ רענצעלע,

װאָס טוסטו דאָ ? און װאָס איז דאָס פאַר א רענצעלע ? און ער שטויסט זיך שוין אָן, אַנטאָנינאָ, און עס ניט אים אַ פאַל איין דאָס האַרץ,

-- דו װוילסט מיך ניט ? -- שטאמלט מילדרעד און דאָס אָדער? לעבן רעכטן אוינ לויפט שנע? און צופּט זי און קנייפּט זי.

--- אָבער, מילדרעד... --- ווייסט ער ניט װאָס ווייטער צו זאָגן,

--- מיין טאַטע איז נעשטאָרבן --- צעוויינט זי זיך. --- ערשט איצט האָט זי רחמנות געקראָגן אף זיך אַליין, און ערשט איצטער האָט זי זיך צעוויינט מיט ביטערע טרערן.

װאָלט אַטאָנינאָ געווען איר אמת'ער פריינט, װאָלט ער זי אַרומגענומען, גענלעט, נעצערטלט און װאָלט איר געזאָגט :

-- נו, שא, מילדרעד, נו, שא, איך על זיין דיין טאַטע, דיין מאַן, דיין פריינט, איך על דיך באשיצן,

אָבער אַנטאָנינאָ צאָרנט. אַ גרויסע בייזקייט צו אָט-דער קליינער מיידפ, װאָס װויל זיך אָנליינן אַף אים, אַז אים אַליין איז אַזױ שווער. ס ווערט אים קאַלט אין בויך. זיין פאַנטאַזיע אַרבעט ניך, ניך : אַ געפּענטעטער, אַ צו-

} 1

נעשמידטער צו אַ מיידעלע, װאָס ער האָט אַפילו ניט ליב. זי װועט אים בינדן די הענט, זי װועט אים אָנטאָן קייטן. אַ געבונדענער װעט ער שוין איצט זיין אין לעבן. שוין -- אויס מאָלן,. ער װועט שוין גאָרניט קענען מאָלן,. ער וועט שוין מוזן אויפנעבן זיין הייליקע קונפט. ער האָט זיך אַזױ מי? מקריב געווען ווענן דער קונסט, אַזױ דערהויבן אים געמאַכט. זי װעט ליגן בא אים שטענדיק אין צימער, זי װועט מאַכן װאָכנדיק דאָס לעבן, אוי- וויי צו אים, אַנטאָנינאָ'ן,. ער מוז זיך ראַטעװען. אפשר אַנטלויפן און זי איבערלאָזן נאָר דאָ. אָבער זי קאָן אים נאָך נאָכיאָנן, אומעטום וװעט זי אים נאָכלויפן, אַ פאַרפאַלענער אַף אײיביק. ניין, לאָז זי גיין.

--- גיי מילדרעד, גיי, די מינוט זאָלסטן ניין. --- און ער פאַרבאַהאַלט דאָס פּנים אין די הענט זיינע און ער נלויבט זיך אַפילו ניט, צי זי וועט גיין,

אָבער ס'איז שטי? אין צימער. ער האָט טאַקע ניט געהערט, וי זי אין אַרױסגעגאַנגען, אָבער עפּעס איז נעשען אין צימער, ער האָט מורא צונעמען די הענט פון פּנים. שטי? איזן אין צימער. קיינער ויינט ניט, קיינער אָטעמט ניט. איז זי טאַקע ניטאָ ? יאָ, זי איז ניטאָ,. די טיר איז פאַרמאַכט. קיינער איז ניטאָ, ער אָטעמט אָפּ לייכטער. אַ קילער ווינט האָט אָנגעהויבן צוֹ ניין איבער די דעכער. די פאַרצווייפלוננ לאָזט אָפּ. די זון זעצט זיך אַף דעם נלעזערנעם דאַך. זיינע בילדער אֵף די ווענט הויבן צוֹ אים אָן ריידן, לעבעדיקע און שיינענדיקע. זיינע בילדער, זיינע איינענע, מיט זיין מאַרך, מיט זיינע וויזיעס. װי ס'איז אים גוט, אַנטאָנינאָ'ן,. ער אין אַזאַ גרויסער מענטש. ער פאַרמאַנט דאָך אַזוֹי פיל טאַלאַנט. װאַרט אויס, ער וועט נאָך ווערן ערשט נרעסער און נאָך באַרימטער. אָבער, וואוהין אין זי / אַװעק, אָט די מילדרעד 4 אפשר האָט זי זיך נאָר אַראָפּגעװאָרפן פון דאַך. יאָ, זי איז פייאיק אַף דעם, מילדרעד ! זי וועט זיך טויטן. צוליב אים וועט אַן אָרעם מיידל פאַרלירן איר לעבן !

אוי וויי, װאָס װועט ער טאָן, אַנאָנינאָ, אויב ס'איז טאַקע אמת, אַ פאַר- שאָלטענער מענטש וועט ער זיין אַף זיין נאַנץ לעבן. יעדער איינער וועט טייטלען אַף אים מיט די פיננער און װעט זאָנן: , מערדער, מערדער!" און ער האָט זי נאָר ליב. ער בענקט נאָר נאָך איר, נאָך אָט-דער קליינער מיידעלע. אָ, מילדרעד, מילדרעד ! ער ועט זי גיין זוכן --- ווייל אָן איר וועט אים דאָס לעבן זיין פינצטער. ער וועט שוין ניט קענען מאָלן! וי קין װועט ער װאָנלען איבער דער וועלט מיט דעם בלוטיקן צייכן. ער מון זי גיין זוכן, ער װעט לויפן נאָך איר !

אויסגעלאַשן האָט זיך דער טאָג אין ניו יאָרק, איבער די דעכער גייט

} 1

אום דער ווינט. די ווייסע הייזער-בערג ברענען אין מיליאָנען קליינטשינקע פייערלעך, די טורעמס שיסן ליכטיקע בליצן צו די הויכע װאָלקנס,

--- אָ, מילדרעד, וואו ביזטו ? וואו ביזטו?

אימיצער כניקעם. זאָל דאָס זיין מילדרעד, פּונקט וי א קעצל, װאָס מען וואַרפט אַרױס פון הוין? אֵַף אירע פיס זיצט זי מיט פאַרמאַכטע אױיגן אַפן דאַך און וויינט,

--- אָ, מילדרעד, --- דערפרייט ער זיך. --- מיין מילדרעד,

ערשט דעמאָלט צעוויינט זי זיך נאָך העכער, אַף א קול ויינט זי, און ער נלעט זי און ער קושט זי.

--- נו, שא, מילדרעד. וועסט זיין מיט מיר, שטענדיק וועסטו שוין זיין מיט מיר. דו װועסט מיר געבן אינספּיראַציע. אַלֶע בילדער על איך מאָלן פֿאַר דיר. נאָר פאַר דיר. און אפשר ביזטו הוננעריק, מילדרעד 4 קום, לָאָמיר גיין אַראָפּ. וי מאַן און ווייב וועלן מיר איצטער זיין,

ער איז זייער העפלעך צו איר, אַנטאָנינאָ. געאָרעמט פירט ער זי אַראָפּ די טרעפּ און איר איז קאַלט געװאָרן, מילדרעד'ן. נאָכדעם וי זי האָט זיך גוט אָנגעוויינט, איז איר קאַלט געװאָרן מיטאַמאָל,. ער נעמט זי אַרום דער טאַליע און אַזױ פירט ער זי אַראָפּ די טרעפּ, |

דער טומל אין בלאָק האָט שוין געפּויזעם אין דער הויך, באַטאָג דרייט זיך דער טומל אַףּ דעם בלאָק נידעריק צו דער ערד, פאַרנאַכט-צו דער- ווייטערט זיך דער טומל און הויבט זיך אויף אַ ביסעלע העכער. גראָבע אי- טאַליענישע פרויען זיצן מיט ברייטע הינטנס אֵף די טרעפּ פון די סטופּס, צעכאַרסטעטע און צעשויבערטע, זיי שיינען, זיי קוועלן, אוי וי זיי איז גוט. דער קילער ווינט קריכט אומעטום און מען ציטערט אַזש אויף פון פאַר- געניגן. דאַרע, ביינערדיקע איטאַליענער זיצן און ציען די פּיפּקעס, זיי איז אויך נוט, אַזאַ גרויסע פאַרגעסנקייט נאָך דעם שווערן טאָג אַרבעט. זייערע ווייבער זיצן לעבן זיי, זייערע קינדערלעך לויפן אום איבערן בלאָק, און קוויטשען און שפּרינגען, און דרייען זיך אין אַ ראָד, און באַנראָבן זיך און ראנגלען זיך,

מילדרעד און אַטאָנינאָ, צוויי קינדער פון דער איסט סאַיד. ער האַלט זי אַרומנענומען באַ דער טאליע, אָבער זיין האַנט אין שוין אָפּנעשװאַכט געװאָרן. ס'איז אים ווידער געװאָרן שווער. אַ געפּענטעטער איז ער שוין איצט, אַנטאַנינאָ, און װאָס װועט ער טאָן ? ' װאָס װעט ער מאָן ?

} 1

אַ קעפּטעין, מאַי קעפּטעין !*

אוי, װוי דער טאָג איז לאַנג און הייס און ציט זיך, דורך די גרויסע טירן פון וואוילװאָירט'ס פינף-און-צען-סענט סטאָר, מיט ווייבער און מיידלעך אֵן אַן עק און אָן אַ סוף. אַן אייביקייט דער טאָג. אייביק שטייט זי שוין דאָ, מרים. אייביק שטראָמען אַרײן און אַרױיס דורך די אָפענע טירן, פרויען און יוננע מיידלעך. אייביק דרייען זיי זיך אין אַ נרויסער ראָד אַרום די טישן מיט די אויסנעשטעלטע סחורות,

זי האָט שוין פאַרגעסן, מרים, ווען איר טאַטע איז נעשטאָרבן : צי דאָס איז געשען נעכטן פאַרטאָג, צי דאָס האָט זיך פאַרלאָפן מיט יאָרן און יאָרן צוריק. אַזױ פי? פרויען זיינען געקומען צו איר טיש, איבערנעטאַפּט די אויסנעשטעלטע סחורות, צעװאָרפן און צעראיעט,. װוי אַן אָנגענליטער בלעך איז די סטעליע און ס'שלאָנט פון דאָרטן מיט חייסן סומל, פאַרמישט פון טויזנטער אַלערלײ קולות, קוויטשענדיקע, הייזעריקע, דינע און נערוועזע. די רעדזשיסטערס אָן אַן אִָפּרו --- קליק און טיק, אַ שפּרונג אַרױיס און אַ פאַר- מאַך -- קליק און טיק.

--- אַ פלעשעלע פּאַרפיום פאַר אַ ניקעלע, גרינער פּאַרפיום מיט אַ רויט קאָלפּאַקל, אַ ניקעלע, בלויז אַ ניקעלע,

אוֹן די אויגן זיינען פייכט, טרערן שפּראָצן אַף די וויעס און פאַלן ניט אַראָפּ,

--- יאָ, עכטע זייף, שמעקנדיקע זייף, מאַכט די הויט צאַרטער און גלאַטער, צען סענט, אַ דאַים, בלויז איין דאַים,

און דאָס האַרץ איז פאַרקלעמט און אין האַלז וארגט.

-- אַ קעסטעלע מיט פּאַודער, פיינע פּאַודער פון יאַפּאַנעזישער רייז נע- מאַכט. אַ ניקעלע, בלויז אַ ניקעלע, קליק און טיק.

װאָס זשע וועט זיין איצט ? ווער װועט אויסהאָדעווען די קליינע ליוסי ? ווער װעט אַכטונג געבן אֵף דער בלוט-אָרעמער מילדרעד ? מויש, דער טעמפּער ברודער אירער מיט די פּרישטשעס אַפן פּנים, װאָס װועט פון אים ווערן 4 און די מאַמע ? די קליינינקע, אױיסגעדאַרטע מאַמע. פאַר איר װעט שוין דאָס לעבן זיין איין שװואַרצער טאָג. זי װעט זיך אָפּלאָזן צום אומעט,

} 1

זי וועט זיך איבערגעבן דעם טרויער און װועט שוין נאָך זעלטענער װוי פריער לאָזן הערן פון זיך. זי װעט שוויינן מיט אַ פאַרבאַהאַלטענער שווייגעניש.

--- אַ דעדל ליפּסטיק, פיינע קװואַליטעט, גלאָט און קיל, און דערפרישנדיק. אַ ניקעלע, אַ ניקעלע, א, יע, פּליז. פיין, עקסטרא פיין,. קליק און טיק.

און זי, מרים, װאָס איז אַזױ דורשטיק נאָך וויסן ? איר חלום פון גיין באַנאַכט אין האַייסקול, דערענדיקן האַייסקו? אוֹן נאָכדעם אפשר אין קאַ- לעדזש, האָט זיך אָפּנערוקט אַלְץ ווייטער און ווייטער, אַן אומדערגרייכבאַרער חלום, פּונקט וי אַ שיין הויז אַף פינפטער עווענין, א הויז מיט הויכע ברייטע פענצטער, מיט גאָלדענער עלעסטריק אינעוייניס, מיט הויכע שפּיגלען און קאַרפּעטס און בילדער. ניט דערגרייכבאַר װי אַ פוטערנער מאַנטל, װאָס ווערט געוויזן אין די שוי-פענצטער אַף פינפטער עוועניו. ניט דערגרייכבאַר וי דער טעניס-רעקעט אין די הענט פון די גליקלעכע מיידלעך, װאָס שפּרינגען אין דער לופטן, פאַרפלאַמטע, צעשיינטע און שפּילן אין פלינקייט און אין בויגעוודיקייט. ניט דערגרייכבאַר װוי די פריילעכע געלעכטערס אין די אָפענע ספּאַרט-אָטאָמאָבילן װאָס יאָגן זיך דורך דער עוועניו מיט בחורים און מייד- לעך, פאַרברענט פון דער זון און פון פאַרברענגען נאַנצענע טעג אֵף גרינע פעלדער און פון באָדן זיך אין די קילע ואַסערן פון טייכן און ימ'ען. ניט דערגרייכבאַר װוי די װאָלקן-קראַצערס, די פעסטונגען פון אוצרות און פון גאָלד,

מרים נעמט ביכער פון דער ביבליאָטעק. זי שלינגט זיי, די ביכער. באַזונדערס די פּאָעזיע-ביכלעך. עס ריידן צו איר פון די ביכער מענטשן מיט גרויסע הערצער. דער אַמעריקאַנער פּאָעט װאָלט ווהיטמאַן מיט דער ברייטער צעשפּרייטער באָרד איז צו איר, וי אַ ליבער זיידע. זי האָט ניט געהאַט קיין זיידן, האָט זי זיך אויסנעקליבן װאָלט װהיטמאַנ'ען פאַר איר זיידע. א קעפּטעין, מאַי קעפּטעין", אַ ליד אַזאַ פון דעם דאָזיקן זיידן, װאָס ס'האָט זיך איר פאַרגעדענקט מערער פון אַלע איבעריקע לידער. אַ ליד אַזאַ, וואו עס דערציילט זיך, וי אַ קאַפּיטאַן האָט געפירט זיין שיף דורך שטורעם- דיקע כװאַליעס, דורך קאָכנדיקע ימ'ען, דורך אומדורכדריננלעכע טומאַנען. געקעמפט מיט דער ווילדער נאַטור, מים די רויע עלעמענטן פון דעם זודיקן אָקעאַן, געפירט זיין שיף מיט גרויס קוראַזש און העלדנטום. ענדלעך האָט ער געזיגט. װאַרטן באַם האַפן טויזנטער מענטשן מיט בלומען-קרענץ, װאָס ווילן באַגעגענען דעם בראַוון קאַפּיטאַן מיט גרויס דאַנקבאַרקײט און פרייד, אָבער, , אַ קעפּטעין, מאַי קעפּטעין", דער קאַפּיטאַן לינט מיט צונעשלאָסענע אויגן. , א קעפּטעין, מאַי קעפּטעין", דער קאַפּיטאן איז שוין טויט,

} 1

איר טאַטע, שמער? דער פּעדלער --- אַ קאָנסאַמפּשאָניק געווען. אָבער ער האָט אויך העלדיש געקעמפט מיט די שטורמישע כװאַליעס פון דעם שווערן לעבן, געווען אין זיינע יוננע יאָרן אַ קלאָוקמאַכער. זיך אָנגעזאַפּט מיט די פאַרדאָרבענע ריחות און ניפטיקע שטויבן. דערנאַכדעם געװאָרן אַ פּעדלער פון פרוכט און אויסנגעשריען די לוננען : , קויפט, ווייבער, קויפט ! צוויי פאר אַ ניקעלע." אָבער מרימ'ס טרוים איז נעווען צו ווערן רייך. וי אַזױי וועט זי ווערן רייך ? זי האָט אויך הייליק געגלויבט, און גלויבט נאָך איצט וי יעדער נאאיוו אַמעריקאַנער קינד, אַז ס'װואַרט אַה איר א סך רייכטום אין לעבן. איר טרוים איז געווען צו פאַרענדיקן האַײיסקול אין די אַװונטן נאָך דער אַרבעט. דערנאַכדעם וװועט זי אַריין אין קאַלעדזש. זי װעט אויפנעמען א לערער-קורס. אַלס לערערין װעט זי פאַרדינען גענוג געלט און מען וועט זיך ארויסציען פון קלינטאָן סטריט ערנעץ אין אַ שטילן שיינעם געגנט. מען וועט דיננען אַ הויז מיט נעראמע ליכטיקע צימערן, מיט עלעק- טריק, מיט הייסער ואַסער. זי װועט שיקן דעם טאַטן אין אַ פֿאַניטאַריום אין די בערג מיט דער קרעפטיקער פרישער לופט. דער בלוטלאָזער מילדרעד'ן וועט זי פּילנעווען, אָנהאָדעווען און אויך שיקן אַף לופט. ליוסי'ן װועט זי לערנען, שיקן אין האידסקול און אין קאַלעדזש און מאַכן פון איר אַ קלונע, געלערנטע מייד?, און די מאַמע? די מאמע װעט אַרויפציען פלייש אֵף זיך, װועט שוין ניט זיין אַזױ דאָר, זי וועט מערער ניט זיין אומעטיק. זי װועט שמייכלען אָפּטער און װועט שטיפן מיט די קינדער, װוי זי פלעגט דאָס אַמאָל טאָן, מיט יאָרן און יאָרן צוריק.

---אַ פיילעכ? װאָס פיילט די נענל, א פּליז, פיין, זייער פיין. קליק און טיק, , אַ קעפּטעין, מאַי קעפּטעין",

מרים וויינט. א מיידל אַ פאַרקויפערין אין אַ וואולװאָירט-קראָם טאָר ניט וויינען,. זי דארף שמייכלען,. מיט פריינטשאַפט דאַרף זי אויפנעמען יעדער פרוי און נוינן זיך פאַר איר און בוקן זיך צו איר, אירע פינגער דאַרפן זיין פלינק און בוינעוודיק. אירע אויגן דאַרפן אַרומלויפן איבער דער גאַנצער לענג פון טיש, וואו עס זיינען אויסגעליינט די סחורות. זי ויינט, און די מייד? װאָס איז געקומען קויפן דאָס פיילעכ? פאַר די נענל, קוקט זי אָן אַ פאַרוואונדערטע. פאַרוואונדערט קוקט אַף איר דער מענטש, װאָס זעט אַלעס און אַלֵיין ווערט ער ניט נעזען. דער מענטש, װאָס איז ספּעציעל אָנגעשטעלט געװאָרן אַכטונג צו געבן אַף די מיידלעך, פ'זאָל אַלץ גיין װי עס באַדאַרף צו זיין, קיינער ווייס נישט וואו ער נעפינט זיך. אומעטום איז ער דאָ. פּלוצלונג װאַקפט ער אויס. אַ יוננער מאַן מיט אַ פיינעם נלאַטן פריש-

1 1

אָפּנעראַזירטן פּנים. אַַ הויכער, אַ ברייטער, מיט א גלאַנציקן פאַרקעמטן ליכטיקן קאָפּ האָר. מען צאָלם אים נוטע וויידזשעס ער זאָל זיין געחיימניס- פול. זיך שלייכן באַ די טישן, װי דאָס אייביסע סטראַשענדיקע אוינ. ער װאַקסט אויס פאַר מרימ'ען. ער זאָנט איר גאָרניט, נאָר קוקט אִף איר אַ ה'עפלעכער און אַ קאַלטער,

--- מיין טאַטע איז געשטאָרבן, -- ברעכט זי אויס אין אַ פרישן שטראָם מיט טרערן,

-- ס'טוט מיר זייער לייד, אין אמת'ן זייער לייד, אָבער ס'איז נישט שיין פאַר די קאָסטימער. באַהערשט זיך, יוננע ליידי, באַהערשט זיך,

ער גייט אַװעק אַ הויכער און אַ העפלעכער. אָבער מרים ווייסט שוין, אַז ער שטייט ערגעץ און קוקט אַף איר. ער װועט שוין קוקן אַף איר אַ גאַנצן טאָג.

-- יאָ, שמעקנדיקע זייף, די בעסטע קװאַליטעט, יעס פּלין. פיין, אַ ניקעלע. קליק און טיק...

} 1

װאָס ביזטו טרויעריק, מאַיקל?

מאַיקל'ס אוינן ברענען צו איר, צו מרימ'ען. װאַרימע אוינן. דער ליבער מאַיק? מיטן איינגעבוינענעם האַלז און נאַקן. אין דעם איינגעבויגענעם האַלזדאון-נאַקן איז פאַראַן אַ סך נוטסקייט. די גאַנצע שיינקייט פון זיין פּערזאָן האַלט זיך אויף אין דעם איינגעבוינענעם האַלזדאון-נאַקן. גראָבלעכע ליפּן, װאָס באַ'טעמ'ען יעדער װאָרט, װאָס ער זאָנט אַרױס. אַ שעמעוודיקער מאַיקל מיט ווילדע אויפנעלאַפענע האָר. מאַיקל קופּער, מרימ'ס א יוננט- פריינט. אַנטקעגנאיבער וואוינט ער, אַף דעמזעלביקן בלאָק אין קלינטאָן סטריט, |

צוויי קינדער אַף קלינטאָן סטריט, װאָס װאַקסן צוזאַמען. ביידע לייענען ביכער אין דער ביבליאַטעק. ביידע האָבן ליב פּאָעזיע,. אפשר װועט מאַיקל אויך אַמאָל שרייבן ביכער. ער שרייבט שוין פון לאַנג. אַ סך לידער שוין אָנגעשריבן, ווייסן פון די לידער בלויז פיר מענטשן --- זיין טאַטע חיים קופּער דער זיינערמאַכער, זיין מאַמע וװועראַ מיט די גרייזיגרויע האָר, ער אַלֵיין, מאַיקל, און מרים, זיין נעטרייער פריינט. קלינטאָן סטריט ווייסט ניט, ווייל װאָלס קלינטאָן סטריט געוואוסט, װאָלט זי געלאַבט, קלינטאָן סטריט. גראָכ און היויך װאָלט זי געלאַכט, און אַלַע װאָלטן זיך געהאַלטן באַ די זייטן, און מען װאָלט מאַיקל'ען ניט געלאָזט דורכניין די גאָס. מען לאַכט שוין איצט אויך, װאָס מאַיקל, אַן אַמעריקאַנער-געבױירענער בחור, דאָס הייסט אַ קלינטאָןדסטריט געבוירענער בחור, און איז נישט וי אַלע איבעריקע, רעדט אידיש מיט זיין מאַמען און טאַטן און שעמט זיך נאָרניט. טראָגט זיך שטענדיק אַרום מיט ביכער און איז אזא שטילער. לאַבן זיי. ניט אַלע לאַכן. פאַרקערס, די פּעדלער און די קרעמער פון דעם בלאָק געפעלט ער. מאַמעס ווינטשעווען זיך צו האָבן אַזאַ זון, װוי מאַיק?, פּונקט װי אַ ,יוראָפּישער שטילער באִי". לאַכן, לֿאַכן פון אים די אינגלעך און מיידלעך פון זיין עלטער. אָבער ס'אַרט אים ניט, אַבי מרים לאַכט ניט פון אים. צוזאַמען גייען זיי שפּאַצירן, צוזאַמען לייענען זיי די שיינע ביכער.

מאַיק?'ס אויגן ברענען איצט צו איר, צו מירמ'ען, אין דער פינצטערניש פון אַלקערל,. די מאַמע שלאָפט אַה דער ערד, אַף דער שבעה נאָך איר מאַן,

1281

שמערל'ען דעם פּעדלער. די מאַמע שלאָפט, אָבער צוליב דעם, װאָס זי האָט געשוויגן די נאַנצע צייט, ווייסט מען ניט, צי דאָס שלאָפט זי טאַקע אַזױ אין אַן אמת'ן, אָדער צי דאָס האָט זי פאַרמאַכט די אויגן, כדי צו קענען נאָך שטאַרקער שווייגן.

די מומע ביילע פון נואַרק שלאָפט אויך. זי האָט זיך שוין אָנגערערט, וי אַ פּויק. זי האָט שוין אַפילו פאַרטראַכט אַ פּלאַן פאַר מרימ'ען, אויב דער פּלאַן װועט זיך אוױיסלאָזן גוט, װועט זי דאַנקען און לויבן דעם אויבערשטן, װאָס ער פאַרלאָזט ניט די אָרעמע יתומח.

ליוסי שלאָפט אויך. אַרײיננגערוקט איר ווילד צעשויבערט קעפּל צווישן דער מאמע'"ן און דער מומע'ן און שנאָרכעט מיטן פאַרדיסענעם נעזל, איר, ליוסי'ן, איז אַלְץ איינס, וואו מען זאָל זי ניט ליינן, צי אין אַ בעט, צי אַף דער ערד, צי אַף שטיינער. אַבי א פּלאַץ צום ליינן זיך, פאַרשליסן זיך שוין די אויגן פון זיך אַליין, און זי ווערם נלייך פאַרטאָן אין דער זיסקייט פון דעם געשמאַקן קינדערשן שלאָף,

עס שלאָפט נאָך ניט מרים און עס שלאָפט נאָך ניט מאַיקל. מאַיק? אין טרויעריק,

--- װאָס זשע ביזטו טרויעריק, מאַיק? דער זיינער איז שוין באַלר איינס און דו דאַרפסט פארפרי אויפשטיין צו דער אַרבעט,

מאיקל איז טרויעדיק, ווייל מרים טרייבט אים. ער ויל זי נאָר נלעטן, מרימ'ען, און זאָל זי שוויינן, ווייל גרויס איז דער נעפיל, ווען איין מענטש גלעט אַ צווייטן. ווען איין מענטש רעדט בלויז צום צווייטן מיט גוטסקייט, איז דאָס שוין אויך אַ גרויסע ברכה. היינט נאָך ווען איין מענטש טוט נגלעטן דעם צווייטן, איז דאָס דאָך אַ געװאַלדיקע פרייד,

וי שיין ער רעדט דאָס אַזױי, דער מאַיק?, יאָ, זאָל ער זי גלעטן. ס'איז ריכטיק אַזױי. װאָס פאַר א געװאַלדיקע פרייד, ווען מאַיקל גלעט זי.

און זאָל זיך מרים ניט שרעסן, אויב ער װעט זי קושן. מיט גרויס נוטסקייט פון זיין מענטשלעכקייט קושט ער זי דאָס אַזױ, וייל אין דער ליבע פון איין מענטש צום צוייטן דערהויבט מען זיך צוֹ דער גרויסער נרויסקייט, אַ, זאָל זי ניט אָפּקערן אירע ליפּן, ווייל ס'איז אַ באַליידיקונג פּאַר דעם מין מענטש. זאָל זי פאַרמאַכן די אויגן און זיך פאַרגעסן, ווייל זי האָט שוין גענוג נגעטרויערט, זיין מרים.

װוי ער פארטייטשט דאָס, דער מאַיק?ל, צו מרימ'ען יעדן קוש. וי עס קוועלט אין איר, ווי עס זינגט אין איר יעדער גליד, אַזא קלונער מאַיקל,

} 1

שמערל דעם פּעדלער'ס גרויסע ירושה

זי האָט גאָרניט געוואוסט, מרים, אַז זי איז אַזױ רייך. די מומע ביילע פון נואַרק האָס יא געוואוסט. פון דעם ערשטן אויגנבליק פאַרשטאַנען, וי רייך מרים איז. די מומע פון נואַרק. א מומע, װאָס איז אַראָפּנעפאַלן וי פון הימ?, מרים איז געקומען אַהיים פון דער אַרבעט און געטראָפן אַ מומע'ן, װאָס האָט אָנגעפילט דאָס גאַנצע הויז מיט דעם ריח פון געזייערטע אוגערקעס.

און אַז די מומע ביילע האָט צום ערשטן מאָל דערזען מרימ'ען, האָט זי געװאָלט זיך װאַשן די הענט און מאַכן אַ ברכה :

-- אַז געבענטשט זאָלסטו זיין, האַר פון דער וועלט, פאַר די שיינע מענטשן, װאָס דו טוסט באַשאַפן,

אַ גרויסע ירושה האָט איר ברודער דער פּעדלער איבערגעלאָזט, און אַ ירושה מוז ניט זיין נאָר פון נאָלד און זילבער. ס'וועט שוין זיין נאָלר און זילבער אויך, זי האָט זיך דערמאָנט, די מומע, אין אייב באַרנעצ'ן פון נוארק. אַ פאַרמעגלעכער מענטש, אַ לייטישער אַזאַ. אַ ביס? אַן עלטערער בחור,. ער איז דער באָס פון אַלע פּושקאַרטס אין נואַרק און פון אַלע פּעדלער-װאָגנס, און פון אַלֶע קליאַטשעס, װאָס שלעפּן די פּעדלער-װאָגנס. אַזש אף צוויי בלאָק ציט זיך זיין רייכטום ; פּושקאַרטס און ווענעלעך, און שטאַלן פאַר די פערד און קאַמערן פאַר היי און שטרוי. יאָ, זי זאָגט נאָך גאָרניט צו מרימ'ען ווענן דעם, אָבער זי טראַכט וועגן דעם. דער געדאַנק לֿאָזט ניט אָפּ דער מומע ביילע'ן, און ווען דער אויבערשטער זאָל נאָר וועלן װאָלט איר ברודער'ס משפּחה אויפגעריכט געװאָרן. איי, דאָס װאָס זי האָט געזען קומען אין הויז אַריין צו מרימ'ען אַ בחור'ל, װאָס הייסט מאַיקל קופּער ? איז ער אָבער אַן אָרעם בחור'ל, קוקט אַפילו אויס צו זיין אַ לייטישער און אַ שטילער, אָבער װאָס איז דער תכלית ? צוויי מתים גייען ניט טאַנצן.

אייב באַרנעץ מיט די לאַננע װאָנצעס און מיטן הוילן נאַקעטן קאָפּ. אַ בכחור פון 28 יאָר און דער קאָפּ אין אים שוין הויל און נאַקעט. מעג אים דער קאָפּ זיין הויל און נאַקעט, אָבער אַ נבורה פאַרמאָגט ער אין רויטן אָנגעפרעסענעם קאַרק, אַז ער קאָן אויפהויבן אַ פערד און דאָס טראָגן אַף די הענט, וי אַ קליין קינד,. די אויגן זיינע זיינען בלוילעכע און שמייבלענ- דיקע. פון זינט ער איז געװאָרן רייך זיינען זיינע אויגן געװאָרן שמייכלענ- דיקע און ווייכע. אַמאָל זיינען די אוינגן געווען אײביק-צעשראָקענע, פאַר- יאָנטע, אַלע האָבן אים געיאָגט, אַלע האָבן אים געשלאָגן,. אָבער מען שלאָנט

1} 1

שוין איצט ניט. איצט רופט מען אים , מיסטער אייב באַרנעץ", און בריוו קומען אָן צו אים מיט , דיער סער".

ווייסט נים אייב באַרנעץ, אַז עס ואָרס אַף אים אין קלינטאָן סטריט אַ בת-מלכה, װאָס װעט אים פאַרניטיקן פאַר אַלע זיינע אַמאָליקע שווערע און געיאָנטע יאָרן,. דערווייל איז אים אומעטיק, רייך אין ער, פּרנסה וועט זיין, אָבער קיין ווייב האָט ער נאָך ניט. ער איז נאָך אַן איבערקלייבער אויך, דער דאָזיקער אייב באַרנעץ. ניט אַזױי ניך קאָן אים אַ מייד? געפעלן, אין אים אומעטיק. און אין זומער-נעכט זיצט ער זיך אַפן גאַניק און סוויסטשעט אויס פון בענקשאפט פאַרשיידענע ניגונימ'לעך פון דערהיים. דאָס אויססוויס- טשען די ניגונימ'לעך שטאַמט נאָך פון יענער צייט, ווען ער אַלס אַ איננל פלענט פּאִיען איך טייך פייוויש דעם רויטנ'ס פערד.

ווענן אָט דעם באַרנעצ'ן האַלם אין איין טראַכטן די מומע ביילע.

| 52 {

די מומע ביילע מיט די נעזייערטע אוגערקעס

די מומע ביילע פון נואַרק. די אױיסגעדאַרטע, אױיסגעהאָרעװעטע מומע ביילע, קוקט נאָר ניט אויס וי קיין פרוי. קוקט אויך ניט אויס װי קיין מאַן. עפּעס אַ באַשעפעניש פון אַ דריטן, אומבאשטימטן געשלעכט. דאָס שווערע לעבן אירס האָט דורכנעמאַכט אַן אָפּעראַציע אַף איר גוףּ. אויסגעשניטן אין איר דאָס פרויעשע און זי געלאָזט בלויז א מענטשן אָן אַ געשלעכט.

נאָכדעם וי איר מאַן איז אָפּנעשטאָרבן, מיט פופצן יאר צוריק, פון זינט דעמאָלט האָט זיך די פרוי פון איר גענומען ביסלעכווייז אָפּטאַן, די ווינטן אַף דער פּושקאַרטינאַס האָבן אױסגעקאַרבט אַ סך שטריכן אין איר פּנים, פאַרװאָנלטע שטריכן אַזױנע. א פאַרװאַנלט, צעקנייטשט, פאַרדאַרט פּנים -- אַ שטיק לעדער. די נעצן האָבן הייזעריק געמאַכט דעם באַזונדערן מעטאַלֿ פון איר פרויענשער שטימע. אַ הייזעריק, האַרט קוֹל, ווען זי רופט אויס איר סחורה צו אַלע דורכנייער :

--- נגעזייערטע אוגערקעס, ווייבעלעך, טייערינקע, געזייערטע אונערקע- לעך, אַ מחיה אין אַלֶע אברים, אַזאַ געזונט זאָל איך האָבן !...

די היצן האָכן אויסגעטריקנט יעדן טראָפּעלע זאַפט פון אירע ביינער. ניט די אויסגעקיילעכדיקטע אברים פון דער פרוי --- נאָר שפּיצעדיקע אויס- נעדארטע אברים. דער ריח פון אייננעזייערטע אונערקעס האָט זיך שוין אַריינגעזאַפּט אין אירע בלוטן. געזאַלצענע הענט. די זאַלץ איז שוין דורכ- געקראָכן דורך און דורך. געזאַלצן בלוט. אַלֶע קליידער, די אַלטע און די נייע, טראָנן מיט זיך דעם ריח פון אונערקעס. ער גייט איר נאָך, דער ריח, אומעטום. אַן איינגעזייערטע מומע ביילע.

מאָרגן פאָרט זי שוין צוריק קיין נואַרק,. די מומע ביילע. אָבער זי װעט אינגיכן קומען צוריק און אַז זי װעט קומען צוריק, װעט זי שוין עמיצן ברענגען. | --- און אויב גאָט װועט נאָר וועלן, מרימ'ל.,. אי, ווען דער אויבערשטער זאָל נאָר וועלן. ער קען דאָך יאָ, אַז ער וויל...

מרים אָבער גלויבט נאָך אַלץ ניט, אַז די דאָזיקע פרוי קער איר אָן אַ מומע. װאָלט זי כאָטש געהאָט אין זיך עפּעס פון איר טאַטן, כאָטש איין שטריך אַן עגלעכן.

| 1

פונװאַנעט שטאַמט זי טאַקע אֶפּ, מרים 4 וי אַזױ קוקן אויס די מענטשן פון איר משפּחה ? ער זיינען געווען אירע זיידע און באָבע ? פון וועמען האָט זי, מרים, גענומען איר אָנבלִיק ? און װאָס מיינט אַזױנס אייגן בלוט 4 -

און אָט איז מויש איר אויך אַ ברודער. א שװאַכזיניקער מויש מיט לאַנגע אויערן און מיט אַ שמאָלן שטערן. זיינען אין איר משפּחה אויך געווען אַזױנע ענלעכע צו מויש'ן ? איז מויש בלויז אַ פּראָדוקט פון קלינטאָן סטריט, צי ער האָט נאָך אַ שייכות מיט דער משפּחה פון יענער זייט ים ? אֶט האָט איר טאַטע געהאַט גרויסע, טרויעריקע, פאַרקלערטע אויגן, מיט אַ גוט קול. און מויש'ס אוינן זיינען װי באַ אַ פוינל, אֶן געדאַנקען. זיין שטימע איז אַ גרילצנדיקע און שרייענדיקע.

אין וועמעז איז זי געראָטן 4 און װאָס האָבן אַזױנס אױיפגעטאָן אין לעבן אירע זיידע און באָבע ? זי ווייסט גאָרניט, מרים, זי איז בלינד צו איך אייגעגער משפּחה. פונװאַנעט ראַקעפעלער שטאַמט, ווייסט מרים גראַדע יאָ, עס איז וענן אים אָנגעשריבן א גרויסער, גראָבער בוך, װאָס זי האָט אַנומעלטן געלייענט אין דער ביבליאָטעק, זי האָט געלייענט וועגן דער אִפּ- שטאַמונג פון אַנדערע מענער -- לאָרדן, פּרינצן, מיליאַנערן,. אָבער פונ- װאַנעט איר טאַטע שטאַמט וייסט זי ניט, מרים. אפשר וועט די מומע איר דערציילן. זי, מרים, איז דאָך געבוירן געװאָרן אין אַמעריקע, איר אִפֹּ- שטאַמונג איז אַף יענער זייט ים. װאָס פאַר אַ פאָדעם ציט זיך, וי אַזױ ווערט זי פאַרבונדן ?

זי האָט זיך אָבער גאָרניט געקענט דערוויסן פון איר מומע'ן. די מומע האָט שוין אפשר אַליין אויך פאַרגעסן פון וועמען זי שטאַמט. ערנעץ געהאט אַ טאַטן מיט אַ מאַמען אין אַ פּויליש שטעטל, אַ ווייט לעבן אַזאַ, װוי דורך אַ טומאַן. אַז מען קומט קיין אַמעריקע און אַז מען שטייט נאַנצענע טעג אין אַ גאַס אַזאַ -- אַ שרייענדיקע נאָס. אַלע פּעדלער שטייען דאָרטן, און אַז מען ווייסט ניט וי דער טאָג ווערט פאַרטאָן,. אין די נעכט ווייסט מען דאָך ניט צי מען לעבט. און אַז יאָרן גייען זיך אַזױ אַװעס, מיינט מען, אַז ס'איז איננאַנצן אַ שעות, אַ טעות נגעווען דאָס שטעטעלע אין פּוילן, אַ חלום געווען דאָס פריערדיקע לעבן. װאָס-זשע קען זי דערציילן ? און וועגן איר ברודער אֵף קלינטאָן סטריט, וועגן איר אומגליקלעכן ברודער, װאָס אין אַזױ יונג אַװעק פון דער וועלט. זי האָט זיך אָפּטמאָל געקליבן צו פאָרן צום ברודער, פאַלן אים אַפן האַלז און וויינען :

--- ברודער, ברודער,

ווייל בלויז אין וויינען ,ברודער, ברודער" װאָלט שוין געווען כדאי

} 1

דאָס דורכפאָרן זיך. זי האָט שוין אַזױ לאַנג ניט געזאָנט הויך אַף אַ קול ,ברודער". און אַז אַ מענטש קען זאָנן הויך אַף א קו? , ברודער", פילט מען, אַז מען איז ניט פון א שטיין געבוירן.

--- אָבער אַז וויי איז צו מיר און וינד איז צו מיר, אַז אין דעם פאַרשאַלטענעם לאַנד איז אַ ברודער ניט קיין ברודער און א שוועסטער ניט קיין שוועסטער.

אוי, װוי דאָס לעבן איז שווער אומעטום, נויט און פארצווייפלוננ אַרום און אַרום. דלות און פינצטערניש. זאָל זי שוין גאָרניט טראַכטן, מרים, פון דעם דלות און פינצטערניש. די נאַכט האָט זיי פאַרטאָן, מרימ'ען און מאַיקל'ען, אין אַ ווייטער וועלט. אַ ליכטיקער זיי? האָט זיך אַראָפּנעלאָזט און פאַרשטעלט זיי ביידע פון דעם דלות און דער פינצטערניש. פּנים לעבן פּנים לינן זיי ביידע.

--- אָ, מאַיקל, ס'איז שוין אַזױ שפּעט. ס'איז אפשר צוויי דער זייגער,

-- אָ, מרים, דערמאָן מיר ניט ווענן קיין צייט. צייט אין אַן אויס- געטראכטע זאַך, ס'איז אַן אייביקייט, מרים. אַפילן אַ מינוט קען זיין אֵן אייביקייט, ווען זי, די מינוט, איז פול מיט אינהאַלט.

אַזא קלונער, איר מאַיק?, זי פארשטייט אַפילו נים װאָס ער רעדט, אָבער ער איז שוין מסתמא נגערעכט.

--- אָ, מאַיקל, מאַיקל,

2

וי אייב באַרנעץ קומט אָנקוקן אַ כלה

אוי, װי ס'טוען איר וויי די פיס, בעסי'ן. זיי שטעכן די פיס מיט אַזױנע נאָגנדיקע שטעכעלעך. בייזע בינען לויפן דאָרטן צװוישן די בלוטן און לאָזן ניפט. זי ליגט צו בעט. זי קאָן זיך נים רירן.

אַ חתן איז געקומען אָנקוקן מרימ'ען. אַ חתן מיט לאַנגע װאַנצעס און מיט אַ נאַקעטן קאָפּ, מיט אַ רויטן בייזן קאַרק און מיט אַ היפּשן בויך.

אייב באַרנעץ באַטראַכט דער כלה'ס מאַמען, און װי קלוגע מענטשן זאָגן : אויב דו ווילסט וויסן וי אַזױ די כלה וװעט אויסזען שפּעטער מיט יאָרן, קוק אַף איר מאַמען. נו, נו, קוקט ער אַף דער מאַמען און ס'ווערט אים דאָ זייער ניט נגוט. ער איז בייז אַף דער מומע ביילע'ן, און די מומע ביילע פאַרשטייט שוין זיין מיין. אָבער זי זאָרגט זיך שוין גאָרניט. לאָז נאָר די כלה קומען, װעט שוין דעמאָלט אַנדערש אויסקוקן דער דאָזיקער אייב באַרנעץ. |

די צוועלף-יאָריקע ליוסי ווייסט שוין אַלץ. מרים אַליין ווייסט נאָך ניט, אָבער זי, ליוסי, ווייסט. שמייכלט זי צו דעם דאָזיקן חתן חוצפּה דיק און פאַרשייט. ליוסי קוקט אֵַף זיין נאַקעטן קאָפּ זייער צודריננלעך. דאָס הייסט, אַז זי װויל אונטערשטרייכן מיט איר קוסן, אַז זי ווייסט, אַז ער האָט אַ נאַקעטן קאָפּ,. אייב באַרנעץ פאַרשעמט זיך פאַר דער דאָזיקער מיידעלע. זעט שוין ליוסי, אַז דער דאָזיקער מאַן שעמט זיך פאַר איר, לאָזט זי שוין אַזױ גיך ניט אָפּ איר קרבן. זי קוקט אַף אים מים רינגעלעך-איינעלעך, ברוינע שװאַרצאַפּעלעך, װאָס דרייען זיך אַרום און אַרום און רוען נים איין,

אַ מיידעלע זאָל קענען אַזױ דרייען מיט די אוינעלעך. ס'אמת'ע מיידעלע וועט זי שוין אוױיסװאַקסן, טראַכט באַ זיך אייב באַרנעץ. ער האָט שׁוין מורא. דער רוח ווייס, וואוהין די דאָזיקע ביילע די פּעדלערקע האָט אים פאַרשלעפּט. אַז אין הויז איז אַזאַ אָרעמקייט. די מאַמע אַזאַ קליינטשינקע און אַן איינגעשרומפּטע, דאָס שוועסטערל האָט אַזױנע אוינעלעך, וי אַזױ וועם אויסקוקן די כלה אַלֵיין ?

און די כלה שפּאַצירט זיך נאָר מיט איר ליבן בחור אף װיליאַמסבורגער בריק, דער שפּאַציר-גאַנג פון דער נאַנצער נעגנט אַרום און אַרום. אַ פּראַכט-

} 1

ו

פולע איסט-סאַידער נאַכט. פאַרפּוצטע פּאָרלעך ציען זיך אַהין פוֹן נאָרפאָלק, סאָפאָלק, סטענטאָן און ריװוינגטאָן און בדום און גרענד סטריט. די בחורים אין שטרויענע שליאַפּעס, מיידלעך אין ווייסע היטעלעך,. וויליאַמסבורגער בריק האָט אויסגעשניטן פון דער נאַכט די פאָרמע פון אַ ריזיקן פיר? מיט אומגעהויער פילע סטרונעס. ציטערן די עלעקטרישע לעמפּעלעך אַף די סטרו- נעס, הוידען זיך און ווינן זיך. ברומען די סטרונעס אַ געזאַנג. גייט דער געזאַנג אַרויף-צו אין דער הויך און שפּרייט זיך איבער אַלע דעכער, איבער אַלע טורעמלעך.

די ריזיקע מויערן מיט די טויזנטער פענצטערלעך, מיט די נאָלדענע בליציקע שפּילקעלעך אין די שויבן האָבן אויסגעמאָלן פון דער ניראָרקער נאַכט אַ צויבער-מעשה. זיי האָבן צעטיילט די ווייטקייט אין קייטן-בערג מיט אַ ברייטן טאָל.. זיי, די ריזיקע מויערן, זיינען די בערג און פאַרלירן זיך מיט זייערע ליכטיקע שפּיצן אין טונקל-בלויען חלל,. אינדערנידער איז דער ברייטער טאָל מיט אַ לאַנגן שמאָלן טייך, מיט אַ שלאַנקן בריק אַן אַקראָ- באַטישן, מיט מיליאָנען סטרונעס. אֵף די בערנ בליצן פייערלעך, אין טאָל לויפן אַרום מערעזשקעלעך. מערעזשקעלעך וואוינען זיך אין קליינטשינקע הייזקעלעך, מערעזשקעלעך פאָרן זיך אַרום אין אַזױנע פּיצינקע מאַשינעלעך.

מאַיק? און מרים זיינען זיך אויך צוויי מערעזשקעלעך. חתן-בלה מע- רעזשקעלעך, װאָס האַלטן זיך באַ די הענט און קריכן זיך איבער דער נאַנצער גרויסער לענג פון דעם אַקראָבאַטישן סטרונענדיקן בריק.

אַ גרויסע פּאַסירונג האָט היינם נעטראָפן אין מאַיקל'ס לעבן. ער, ער אַלײין, זיך גאָרניט נעשעמט, ער פּערזענלעך, איז געווען באַ דעם רעדאַקטאָר . פון די , מעסעם". מען האָט אים אַפילו ניט געװאָלט אַריינלאָזן, אָבער ער האָט געװאַרט אין אויפנאַם-צימער. געװאַרט און געפּלאַטערט, און אין בוזעם-קעשענע האָט אויך געפלאַטערט דאָס בלעטל מיט דעם ליד.

--- און אַז דער רעדאַקטאָר פון די , מעסעס" האָט אַפּ מיר אַ קוק געטאָן מיט טיפע, קלונע אוינן, --- דערציילט ער מרימ'ען, --- האָב איך זיך דערפילט אַזױ נישטיק און קליין ; איך האָב נלייך געװאָלט אַנטלױפן, ווייל װאָס בין איך און ווער בין איך 3...

ער האָט נלייך געװאָלט אַנטלויפן, מאַיקל? קופּער, אָבער דאָך האָט ער אים דערלאַנגט דאָס בלעטל מיט דעם ליד,

--- ער האָט געלײיענט דאָס ליד פאַר מיר אין די אויגן, --- דערציילט ער ווייטער מרימ'ען, --- און מיר האָט נעברענט דאָס פּנים פון בושה. זיינע

{ זפ }

אויגן האָבן נאָך גאָרניט געזאָגט. געלייענט זיך אַזוי גלייכגילטיק. אָבער פּלוצים יאַװעט זיך אַ שמייכ? אַף זיינע ליפּן.

--- אַ שמייכ? 4 --- פרעגט אים איבער מרים און זי ציטערט פאַר דעם גורל פון דעם ליד,

--- יאַ, אַ שמייכל, -- דערקלערט איר מאַיקל, --- אָבער ניט קיין אִפּ- שפּעטנדיקער שמייכל, נאָר אַ גוטער שמייכל. און אַז ער ענדיקט דאָס ליד, שטרעקט ער מיר אויס אַ האַנט און זאָגט מיר: , מיסטער מאַיק? קופּער, איר האָט עפּעס |"

--- אַזױי האָט ער געזאָגט ? --- איז מרים נאָלע ציטערניש.

|-- יאָ, אַזױ האָט ער געזאָגט, אַז איך האָב עפּעס און ער װועט דאָס דרוקן אין איינעם פון די צוקונפטיקע נומערן.

,צו מיינע ברידער פון קלינטאָן סטריט", הייסט דאָס ליד. מרים קען שוין אַף אויסנװייניק דאָס ליד, וואו עס ווערט געזוננען פון דער אָרעמ- קייט און פון דער פינצטערניש און פון דער אומוויסנקייט, און דעם פּאָעט'ס וואונטש איז, אַז מען זאָל קלינטאָז סטריט צעװואַרפן אין פּיצלעך און שטיקלעך און מען זאָל אויפבויען אַן אַנדער קלינטאָן פטריט, וואו עס װעט הערשן שיינקייט און צופרידנקייט, וואו אַלע וװעלן זיין נלייך, וואו עס װעט ניט זיין קיין אָרעם און רייך. אָט די אידייע ווענן אָרעם און רייך האָט ער שין איבערנענומען פון זיין מאַמע ווערא, די גרייזדגרויע מאַמע מיט די יוגנטלעכע ברוינע אוינן. אין סיביר איז זי געזעסן, אין די פינצטערע תפיסות, פֿאַר דער זעלבער אידייע --- ,ס זאָל ניט זיין קיין אָרעם און רייך".

,צו מיינע ברידער פון קלינטאָן סטריט", זיננט איצט מאַיק? און ער וויל אויפוועקן זיינע ברידער פון קלינטאָן פטריט. אָבער דערוויי? האָט ער ערשט נאָר אויפגעװועקט בלויז אַ שוועסטער פון קלינטאָן סטריט,

איבער װיליאַמסבורג בריק שפּאַצירן זיי ביידע האַנס אין האַנט, ער, דער צוקונפטיקער באַרימטער פּאָעט, און זי, מרים, זיין פריינט. ער ועט ברענגען פרייד די מענטשן און זי, מרים, װועט אים העלפן, ער באשטימט שוין איצט אירע ראָלע, װאָס זי װעט שפּילן אין זיין לעבן,

-- יעדעס ליד, װאָס איך װועל שאַפן, װעל איך פריער איבערלייענען פּאַר דיר, מרים, און אויב דיר װועט עס געפעלן, אַרט מיך שוין ניט, מעג די נאַנצע וועלט עס אויסלאַכן, ארט מיך שוין ניט, אַבי דיר װועט עס געפעלן. ביידע וועלן מיר שרייבן לידער. דו וועסט אויך האָבן א חלק אין זיי.

בלויז פאַר מרימ'ען וועט ער זיי לייענען, און אויב איר נעפעלן זיי, וועט אים שוין ניט אָרן,. און ער האָט נאָר פאַרנעסן אין דער מינוט ועגן

} 1

זיין מאַמען. ווייל זיין מאַמען דארפן אויך געפעלן די לידער. וויי? אויב זיין מאַמען געפעלט נים אַ ליד, צערייסט ער עס נלייך.

יאָ, מרים װועט אים נעבן מוט און סוראַזש און באנייסטערונג. זיי מעגן זיך אַרומנעמען פאַר אַלע אין די אוינן. ס'מאַכט ניט אויס, ליבשאַפט איז ניט קיין שאַנדע. ער װעט זי אַפילו אַ קוש טאָן אינמיטן דעם ויליאַמסבורגער בריק, לאָזן מענטשן לאַכן, ס'מאכט ניט אויס,

וי פאַרשעמט מרים איז געװאָרן --- אינמיטן וויליאמסבורנער בריק, זי שעמט זיך און פרייט זיך, און ס'וואַקסט אויס אַ קרעפטיקייט אין אַלע נלידער. אין דערחיים ואַרט אַף איר נאָרניט קיין קראנקע מאַמע, מייז לויפן ניט אַרום אין די ווינקעלעך. ס'איז נאָר ניטאָ קיין פינצטערער דלות און ס'איז ניטאָ קיין טרויער,

דער ווינט פון איפט-ריווער טראָגט זיך דורך דער נאס פון דער נאַכט. די פּראַכטפולע נאַכט. מיט אַ שלייער איז פאַרהאַנגען די נאַנצע שטאָט. די וועלט איז בלוי, און זיי נייען ביידע דורך דער בלויסייט מיט זינגענדיקע טריט,

{ פס |

וי אייב באַרנעץ פירט אַ נעשפּרעך מיט דער כלה

מיט זינגענדיקע טריט איז מרים געשפּרונגען איבער די טרעפּ. מרים מיטן שיינעם ווייסן האַלז, מיט די קופּער-רויטע האָר, מיט שטראַלנדיקע - אויגן. עס נייט אויף פאַר איר דאָס לעבן. עס שפּילט דאָס לעבן אין יעדן אבר. בוינעוודיק און קרעפטיק איז יעדער גליד. ס'וועט איר נאָך זיין נוט, מרימ'ען. מרים, דעם פּעדלער'ס טאָכטער,. מ-מ-מ, ברומט זי זיך אונטער, שפּריננענדיק איבער די הילצערנע טרעפּ, מ-מ"מ.

זי האָט איבערנעלאָזט אַף וויליאמסבורנער בריק א גרויסע פריידיקע נאַכט, אַ בלויע פאַרשלייערטע פינצטערניש. זי האָט געבראַכט פון דאָרטן דעם טעם פון מאַיקל'ס קושן אַף אירע ליפּן. זי װועט נלייך אַריינלויפן אין הויז, אַראָפּװאַרפן פון זיך די קליידער, זיך אַרײנטאָן אין דיװאַן, פאַרמאַכן די אויגן, כדי צוצוהאַלטן דאָס נליק,. זי וועט אַזױ אַנטשלאָפן ווערן מיט איר נליק, זיין טיפע נלעטנדיקע שטימע ועט נאָך האַלטן אין איין אַרײנ- ריידן אין אירע אויערן. זיין האַנט װועט נאָך האַלטן אין איין אַרומנעמען זי אַרום דער טאַליע. אין אירע בלוטן װעט שפּילן דאָס ליד פון אַלע לידער,

דאָס ליד פון אַלֶע לידער. די קינדער פון דער איסט-סאיד האָבן זיך זייערע זכרונות, ווען שפּעטער מיט יאָרן דערמאַָנען זיי זיך ווענן זייער יוננט, ווענז זייערע ליבעס-יאָרן. ניט אין קיין נאָרטן מיט בוימער און מיט שמעקנדיקע בלומען, און ניט אין גרינע פעלדער אַרוױיס דער שטאָט. זייערע זכרונות פון זייערע ליבעס-יאָרן איז ויליאַמסבורנער בריק, אין דעם ריח פון הייסן שטויב און טוכלעקייט פון איסט-ריווער. א בריק, וי א ריזיקער פיר? מיט טויזנטער און טויזנטער סטרונעס, װאָס ברומען א געזאנג צו זיי, אַ געזאַנג צו זייערע ליבעס-יאָרן,

און די בליצנדיקע נאָלדענע שויבן-שפּילסעלעך און די ריזן-מויערן שיקן האַָפענונג צו זיי, צו די קינדער פון דער איסט-סאיד. אַ לאַנגע בריק מיט קינדער פון דער איסט-סאַיד. ס'איז זייער קענינרייך. דערנאַכדעם וועלן זיי זיך צעזייען און צעשפּרייטן איבער אַלע עקן און װעלן בענקען נאָך זייערע יונגע זומער-נעכט אַף װיליאַמסבורגער בריק,

זי האָט איבערנעלאָזט, מרים, הינטער זיך אַ גרויסע פריידיקע נאַכט און

} 01

פרעמדע מענטשן זיינען נאָר דאָ אין הויז. א מענטש מיט לאַנגע װאָנצעס און מיט אַ נאַקעטן קאָפּ. ער שמייכלט צו איר, דער מענטש. ער שטעלט זיך אויף. |

--- מרימ'?ל קינד, -- מאַכט די מומע ליבלעך, --- באַקען זיך מיט מר. באַרנעצ'ן, מיינער אַ באַקאנטער פון נואַרק.

-- הואַ דו יו דו, --- שטרעקט ער אויס אַ לאַננע ברייטע האַנט און נעמט אָן מרימ'ס שמאָלע שלאַנקע פינגער, קאַלטלעכע און ציטערדיקע. -

וי ליוסי קוקט דאָס אַף איר נרויסער שוועסטער מיט אירע רינגעלעך- אייגעלעך. זיי לויפן, די ריננעלעך, מיט שפּאָט און מיט חוצפּה. זיי ווילן אומיסטן זען, די רינגעלעך-איינעלעך, װוי מרים װעט האַנדלען.

מרים ווערט בלאַס, אויסגעקילט נעװאָרן מיטאַמאָל די זינגעווריקייט. זי לאָזט זיך אַראָפּ צום בענקל, זעצט זיך אַנידער אַ געהאָרכזאַמע. אייב באַרנעץ שטייט נאָך אַלץ און שמייבלט. שמייכלט מיט די לאַננע װאָנצעס און מיט די נרינלעכע אוינן.

--- זעצן זיי זיך, מיסטער באַרנעץ, --- איז די מומע נאַסטפרײינטלעך, --- און דו, ליוסעלע, קום מיט מיר, וועסטו מיר העלפן עפּעס איינקויפן אין קענדי-סטאָר, |

--- איך וויל ניט ניין אין קענדי-סטאָר, --- ענטפערט ליוסי און לאַכט,

--- קום, קום, איך וװועל דיר קויפן אַן אייז-קרים, -- פאַרנאַרט זי די מומע, װוינקט צו איר מיט אַ פינגער, מאַכט צו איר מיט די אויגן, זי זאָל פאַרשטיין.

די מאַמע בעסי ווינקט אויך צו ליוסי'ן. מוז זי שוין גיין.

צישעט דאָס פלעמ? פון נאַזדרער, אונטער דער סטעליע. די מאַמע האָט זיך אויסגעדרייט מיטן פּנים צו דער װאַנט. אַ פּיינלעכע שוויינעניש.

אייב באַרנעצ'ן סיאָכקעט אין האַרצן : ,אִי, אִי, װוי שיין זי איז." ער קוקט אָן אַ זייט און זיין נאָז פלאַמט,

אַן אייביקייט שוויינן זיי ביידע אויס, מרים ווי? וויינען.

--- איך קום פון נואַרק, -- הייבט ער ענדלעך אָן דעם געשפּרעך, קוקנדיק נאָך אַלץ אָן אַ זייט.

מרימ'ס פּנים איז פאַרפרוירן. זי ניט ניט קיין פּינט? מיטן אויג, זי ניט אַפילו ניט קיין ריר מיט אַ וויע, אַקוראַט ווי זי װאָלט פאַרשטיינערט נגעװאָרן, -

--- הייסט דאָס, אַ נואַרקער בין איך, --- מיינט ער, אַז זי האָט דאָס ערשטע מאָל אים ניט דערהערט,

111

וי מען שלאַָנט אין דער פּאָליצײ די ועקס קלינטאָן-סטריט אינגלעך

אין פּאַליציײסטאַנציע, דער פּאַליסמאַן-קלוירק איז זייער מענטשלעך צוֹ די זעקס געכאַפּטע פאַרברעכער, זיין אויפנאַבע איז צו רעגיסטרירן יעדן איינעם, װאָס מען ברעננט אַרײן. ער טוט דאָס זייער מעכאניש. עס אין א געוויינלעכע רוטינע באַ אים. ער שרייט ניט אַף זיי מיט בייזקייט, ער זידלט זיי ניט. העפלעך און גוטמוטיס, פּונקט וי אַ קלוירק אין אַ האָטעל, װאָס פאַרשרייבט די נאָר-װאָס אָנגעקומענע געסט. אַזױ טוט ער זיין אַרבעט רענל- מעסיק, פּינקטלעך,

ער איז אַפילו צופרידן, װאָס מען האָט זיי געבראַכט, די זעקס. ס'איז אים ביז איצט געווען אומעטיס. געשלאָפן מיטן קאָפּ אַפן טיש, וויי? באַנאַבט איז פאַראַן װינציק אַרבעט און דאָס צימער איז פאַרלאָזט. די צייטונג האָט ער שוין אינגאַנצן דורכגעלייענט, דאָס בלעכענע שפּיייקעסט? אין שוין פאַרשפּיגן ביז אַרױף מיט דער פליסיקייט פון געקייעטן טאבאַק. אַ פּאָליסמאַן מט געשװאָלענע בלאַסע באַקן, מיט קישעלעך אונטער די אויגן.

זעקס בחורים האָט מען געבראַכט. ס'ערשטע מאָל זעט ער זיי. ער ווייסט שוין אָבער, אַזן ער וועט זיי זען אָפּטער. און ווער ווייסט, װאָס עס װועט גאָך אויסװאַקסן פון די זעקס ? ער ווייסט, צי איינער פון זיי װועט אַמאָל ניט אַרויפקריכן סאַמע העט אויבן אַפן שפּיץ פון לייטער און אַלע אין פּאַליציײיסטײישאָן ועלן כאַפּן מתנה'לעך פון אים. פעטינקע מתנח'לעך. ער ווייסט שוין גאַנץ גוט די זאַכן. שוין דרייסיק יאָר בא דעמזעלבן רענים- טראַציע-טיש. :

אָניעל, װאָס האָט זיי נעבראַכט, איז זייער געדולדיק. ס'אַרט אים ניט, װאָס די פּראָצעדור פון רעניסטרירן די דאָזיקע זעקס חברה'לייטלעך געדויערט אַ ביסעלע לענגער. ער שפּאַצירט זיך אַרום אַהין און צוריק, אָניעל, מיט די הענט אין די קעשענעס. אַזױינע גרויסע, ברייטע הענט האָט ער באהאלטן אין די קעשענעס. די גרויסע, ברייטע הענט זיינען זיין נעצייג. זאָלן זשע זיי זיך איצטער אָפּרוען. ווען ער וועם זיי דאַרפן באַנוצן, זאָלן זיי זיין אויפנערוט און נעקרעפטיקט.

} 1

דרייט זיך אַזױ אָניעל אַרום אַהין און צוריק איבערן נרויסן צימער אַ פאַרטראַכטער, אַ פאַרקלערטער. מען קאָן אַפילן זאָנן : אַ לירישער, אַ פילאָזאָפישער. פון דער פילאָזאָפישקייט, װאָס קומט צו א מענטשן, וען ער רוט זיך אִפּ אין די צוישן-מינוטן פון איין שטיק? אַרבעט ביזן צווייטן שטיקל אַרבעט.

נאָך צוויי זיינען פאַראַן, װאָס וועלן דאַרפן טאָן די אַרבעט, װאָס אָניעל וועט טאָן, יענע צוויי פּאַרשױנען שפּילן אין טשעקערס. ערלעכע צווי מענטשן, װאָס זיצן זיך גוט-ברודעריש אין פּייניקונגס-צימער און פאַרברענגען זיך דערויי? די צייט, איידער ס'קומען אָן אַרעסטירטע און זיי וועלן דאַרפן אויפשטיין צו דער , אַרבעט".

זיי שפּילן זיך טשעקערס און שמייכלען איינער צום אַנדערן. נרויסע פּאַרשױינען, האָריקע, מיט פאַרקאַטשעטע אַרבל, ברייטע פּנימ'ער, געזונטע מאָרדעס מיט שטיקלעך נוידער פון אונטן.

מען פירט אַריין די זעקס חברים. אַלע מיטאַמאָל האָט מען אַריינגעפירט, כדי אַז מען וועט איינעם פּיניקן, זאָלן זיך די איבעריקע אַראָפּנעמען א ביישפּיל און פאַרליר} די ,נאָטס" (דעם מוט). מען האָט זיי אויסגעשטעלט לעבן דער װאַנט, זיינען זיי געשטאַנען מיט פאַרקרעמפּעװעטע לפפּן, מיט בלאַסע פּנימ'ער, מיט נייענדיקע אוינן. ארויסנעסטארטשעטע, נייענדיקע אוינן און גלאַנציקע מיט קלינטשינקע מורא-פייערלעך. בוטשי'ן איז געװאָרן נאָס אין די הויזן. פון דער שרעק אַזױי. אָבער ס'איז אים נוט, װאָס קיינער פון די חברים האָט ניט באמערקט. בא דעם ריזיקן בוטשי'ן מיטן מעכטיקן האַלז האָט זיך דאָרט איבערנעקערט אין די געדערים. אָבער ער האָט זיך אייננעהאַלטן מיט אַלע כחות, די שאַנדע זיינע זאָל זיך ניט װאַרפן אַלעמען אין די אוינן. גרויס העלדישקייט האָט זיך געפאָדערט דערצו און ער האָט דאָס דערגרייכט אויך. אָבער אַ ביס? נאָס זיינען אים די הויזן דאָך געװאָרן. |

} {1

מען שלאָנט מאַיקץ

דער ערשטער, װאָס האָט זיך געװוארפן די פּייניקער אין די אוינז, איז געווען מאַיק, צוליב זיין אָפּנעביסענעם אויער און צוליב זיינע בייזע ברעמען. די דאָזיקע ברעמען האָבן פאַרמאָגט אין זיך אַ סך שלעכטסקייט און גיפט. אַ בלאָס פּנים באַ מאַיק'ן און שװאַרצע ברעמען. שוארץ וי קוילן. ניט נאָר איז דער אָפּגעביסענער אויער מיט זיינע ברעמען זיי געפעלן געװאָרן, נאָר אויך זיין גאַנצע האַלטונג, זיין צוקומען צום בענקל, א פֿאָרזיכטיק גאַנגעלע און אין דערזעלבער צייט פול מיט אָנגרייפנדיקייט. אַ גאַנגעלע, װאָס איז גרייט אין אַן אויננבליק אַ שפּרונג טאָן אַף צוריק און דערנאָכדעם פילייכט אָנפאַלן אַפן געגנער,

-- או, או! אַ רעגעלער טינער, --- האָט אָניעל באַמערקט צו זיינע פריינט,

--- יאָ, אַ בלוטיקער, --- האָט איינער פון זיי מסכים געווען.

--- קום נאָר אַהער, דו בלוטיקער ! --- האָט זיך אַ צווייטער אָנגערופן.

און דער טינער איז צונענאַנגען מיט אָנגעלאָדענע פיס און מיט אָננע- שטרענגטע אַקסלען, זיי, די פּייניקער, זיינען שוין גרויסע מבינים אָף אַזעלכע חברה-לייטלעך. זיי האָבן אַן אויג דערצו.

מען האָט דעם טינערל נענעבן אַ פאַרפאָר אונטערן קאָפּ, איז דאָס טיגערל גלייך אומגעפאַלן צו דער ערד. האָט מען אים אויפגעשטעלט און זיך געהייסן זעצן אַפן בענקל,

--- וואוהין האָסטו אַהינגעטאָן די גע'נענב'עטע זאַכן פון דער שופ ?

מאַיק איז צעטומלט פון דעם קלאַפּ,. די געדאַנקען מישן זיך. אָבער איין געדאַנק מישט זיך ניט באַ אים. איין געדאַנק האָט זיך אַריינגעקלאַפּט אין זיין מאַרך וי א טשװאָק --- שוויינן. נאָרניט ניט זאָנן.

בוטשי'ן האָט שוין איצט ניט געהאָלפן קיין שום קאָנטראָל. ס'האָבן פון אים גערונען ריטשקעלעך, אָבער קיינער האָט נאָך אַלץ ניט באַמערקט זיין שאַנדע. מויש האָט געװאָלט רעווען װי אַ חיה, ווען מ'האָט זיין בעסטן חבר נעפּײיניקט. װוי אַזױ מען האָט אים אַליין, מויש'ן, נעשלאָגן, האָט ער דערנאָכדעם ניך פאַרנעסן. אָבער וי אַזױ מען האָט זיין חבר געפּײניקט,

} 41

איז אים שטענדיק פאַרבליבן אין זכרון, און פון דעמאָלט אָן איז זיין ליב- שאַפט צו מאַיק'ן נאָך שטאַרקער געװאָרן. ליבשאַפט און גרויס רעספּעקט. מען האַקט אים אין קאָפּ --- יענער שווייגט, זיין פּנים גיט א פאָר אין אַ זייט --- יענער שוויינט. פּונקט וי אַ טויטער, אַ נולם. ער איז נעפאַלן פון איין פּייניקער צום צווייטן. מען האָט אים ניט געלאָזט פאַלן. מען האָט אים אונטערגעכאפּט מיט אַ זעץ, איז ער געפאַלן צום צווייטן, האָט דער צווייטער אים אונטערגעכאַפּט מיט אַ קלאַפּ, איז ער געפאַלן צום ערשטן.

פון בעניטאָ'ס אוינן האָבן זיך געגאָסן גרויסע טרערן. ער האָט געוויינט אַף דעם גרויסן אומנליק פון זיין אידישן פריינט און אֵַף זיין אייגענעם אומגליק, װאָס עס דערװואַרטעט אים.

לואי האָט באַקומען שטאָלע אוינעלעך, וי שפּילקעלעך. זיינע פיס האָבן אים ניט געקאַנט האַלטן אַפן דיל. ער האָט געװאָלט שפּרינגען. ער האָט געװאָלט לויפן, זיך צעיאָגן. ער האָט אָבער ניט געקענט אָטעמען. די גרויסע כװאַליע פון שרעק האָט אים פאַרנאָסן דעם האַלז אןן ס'איז אים דאָרטן געװאָרן ענג.

היימי האָט גאָר אינגאַנצן פאַרמאַכט די אויגן. דער קליינטשינקער היימי, מיט דער שמאָלער ברוסט, מיט פאַרמאַכטע אויגן, איז געשטאַנען די גאַנצע צייט און אין די אויערן זיינען אים אומגעלאָפן דונערן און אין די פֿאַרמאַכטע אוינן האָבן אויפנעריסן בליצן.

מען האָט אױסגעקלאַפּט פון מאַיק'ן יעדער פּיצעלע כח. אָבער דעם כח פון עקשנות האָט מען ניט אַרױסגעקלאַפּט. געשויגן, און טוט אים װאָס איר ווילט. מען האָט אים אַריינגעשלעפּט אין אַ צווייטן צימער.

} 8 {

ימען שלאַנט בוטשיץ

א מענטש, אַז ער שרייט און גװאַלדעװעט, קען מען אים בעסער שלאָגן, ווייל ער צערייצט די נערוון. דערפאר האָט מען בוטשי'ן געשלאָגן אָן רחמנות. דער ריז בוטשי האָט געשריען מיטן גאַנצן פּנים. דאָס מויל איז אים געװאָרן ברייט און גרויס. די אוינן זיינען זיך צעלאָפן אין פארשיירענע ריכטונגען. ער האָט געשריען, װי אַ ביק װאָס מען סוילעט, סיט גרויסע ציין האָט ער נגעשריען. דער האַלז זיינער, דער מעכטיקער, דער בלוטיקער, איז זיי שטאַרק נעפעלן געװאָרן און די מערסטע קלעפּ זיינען געפאַלן אַף זיין האַלז...

--- דערלאַנג אין דער אָקסענער האַלז, -- האָט אָניעל אונטערגעגעבן מוט זיינע צוויי פריינט.

--- וואוהין האָט איר אַהינגעטאָן די גע'גנב'עטע זאַכן ?

--- איך ווייס ניט ; איך ווייס ניט! איך ווייס ניט !

ער ווייסט ניט און ער רייסט די סטעליע מיט זיינע געוואלדן. דאָס שלאָנן טוט טאַקע וויי. אָבער זיין פאַרפליכטונג צו דער קליינער געמיינדע פון די זעקס איז איינגעקריצט אין זיין באַװאוסטזיין. אַ פאַררעטער צו זיינע אייגענע ברידער װועט בוטשי ניט זיין, לאָז מען אים דער'הרג'ענען.

מען שלאָנט בעניטאָץ

בעניטאָ האָט גערעװועט, מיט גרויסע טרערן נעליאַפּעט און געשריען :

--- איך ווייס ניט, איך ווייס ניט, איך ווייס ניט !

--- ניב אים, ניב אים, דעם , קראַי-בייבי", דעם וויין-קינד! -- האָט אָניעל אַליין געבוכטשעט און אונטערגענעבן מוט די איבעריקע, מען זאָל אויך בוכטשען.

האָט בעניטאָ אַזױ רחמנות'דיס געוויינט, פּונקט וי אַן אומשולדיק קינד, װאָס כאַפּט קלעפּ פאַר גאָרנישט און נישט. אַן אויסגעטראַכטער בלבו? אַף אים.

} {

מען שלאַנט לואיץ

מיט לואי'ן האָבן זיי געהאָט די ריכטיקע אַרבעט. זיי האָבן אים נאָכ- נטיאָנט אַרום און אָרום דעם טיש. ער איז אַרויפגעשפּרוננען אַפן ביישטידל פון פענצטער, פון דאָרטן איז ער אַרױף אַפן טיש, פון טיש אַפן בענקל, זיך אַרױיסגעגליטשט פון אונטער די הענט. ער האָט זיי מיד געמאַכט, די שווער-לייביקע היצעלס. דערפאַר אָבער, אַז זיי האָבן אים געכאַפּט, האָבן זי זיך אַרױפּנעװאָרפן א אים מיט גרויס רציחה, ביז לואי האָט פאַרװאָרפן דעם קאָפּ און אַוועקנע'חלש'ט פון די קלעפּ.

--- טראָנט אים אַרױס, דעם טענצער ! --- האָט אָניעל באַפּולן.

דעם טענצער האָט מען אַרױסגעטראָגן לייכט וי אַ שטרויעלע. א גרינגער לואי, אָן קערפּער.

מויש בייסט זיך

מויש האָט אַריינגעכאַפּט אַ פינגער צװוישן די ציין און אים רעכט צעביסן, יענעם האָט זיך אַזש נעשטעלט טרערן אין די אויגן, אַזױנע רחמנות- דיקע טרערן. בלום האָט גערונען פון זיין פינגער און די ווינסלען פון זיין מוי? האָבן אויסגעקוקט זייער נעבעכדיק. אָניעל האָט זיך דערשראָקן, ווען ער האָט געזען באַם חבר בלוט. װי אַ באַרמהערציקע שװעסטער האָט ער זיך געפּאָרעט מיטן חבר'ס צעבלוטיקטן פיננער, אים אָפּגעװאַשן, פאַר- באַנדאַזשירט. דערנאָך זיך גענומען שלאָגן מויש'ן. מאַיק אין געװען א נוטער ביישפּיל פאַר מויש'ן. ער האָט זיך געלערנט פון אים זיינע מידות. עראָהאָט געשוויגן, מויש. מיט פארקרעמטפּעוועטע ליפּן נגעשווינן און אָניעל האָט נעשריען :

-- גיב אים, דעם , מעד דאָנ" (דעם משונע'נעם הונט), גיב אים, ער וויל זיך נאָר בייסן !

161

היימי האַט מזל

דער קליינטשינקער היימי, מיט דער אַסטמאַ, װאָס האָט אויסגעקוקט װוי אַ , יוראָפּשער? ניט-דערוואקסן אינגל, האָט זיך געלאָזט ניין צו זיי וי אַ מאַרטירער. זיין שװאַכן נוף האָט ער זיי אונטערנעשטעלט, וי איינער װאָס לאָזט זיך פּייניקן פֿאַר זיין אידייע. אַזאַ פרומקייט אַף זיין פּנים. אַ נערעכטער מענטש איז צוגעגאַננען צו זיי מיט נעשלאַָסענע אויגן.

--- נאָט, שלאָנט, קוילעט מיך, און איך על אייך סיי וי סיי גאָרניט זאָגן.

;ענדזשל פעיס" (מלאךפּנים) האָבן זיי אים אַ נאָמען נענעבן. זיי האָבן זיך שוין גענומען אים צו דערלאַנגען, װי דער טעלעפאָן האָט אָנ- געהויבן צו קלינגען זייער דרינגענדיק. אָניעל? אין צונעלאָפן, וי ער האָט דערהערט די ערשטע ווערטער, אַזױי האָט ער נלייך אַ מאך געטאָן מיט דער האַנט מען זאָל אָפּשטעלן,. אין דעם אופן וי ער האָט זיך צונעזערט צום טרייכל און אין דעם אופן וי ער האָט געזאָגט ,יעס סער", ‏ אִ-קעי סער", האָט מען זיך שוין אָנגעשטויסן, אַז ער רעדט איצט צו זייער אַ וויכטיקער פּערזאָן.

אומזיסט געשלאָנן

אומזיסט נעשלאָנן די איננלעך. די שלעגער האָבן געהאָט גרויס פאַר- דרוס דערפון. זיי װאָלטן דען ניט אַרױסנגעקװעטשט פון זיידי גאַנצע מעשה ? --- מישט מען זיך אַריין,

אָניעל? האָט געהייסן די חברה נוט אָפּװישן די פּנימ'ער, פאַרקעמען זיך די האָר, אויסקוקן לייטשי, וי נאָרנישט ניט איז נעשען. די חברח האָבן ניט פארשטאנען. מיט שלאַבערדיקע צעווייטיקטע הענט האָבן זיי זיך געווישט זייערע פּנימ'ער, מיט ציטערדיקע פיננער פאַרקעמט זיך די האָר. אָניעל האָט זיי אַריינגעפירט צוריק אין פאָדער-צימער,

דער , טאַטע" בענעדיקט וויינבערנ איז געשטאַנען מיט שיינענדיקע אויגן, וי צו איינענע קינדער האָט ער צו זיי נעשמייכלט, אַלעמען געטרייסט. באַ- דויערט דעם פאַל, שטארק באַדױיערט און געבעטן מאֵַיק'ן ער זאָל מאָרגן אַרויפקומען צו אים. ער דאַרף זיך דורכשמועסן מיט אים ווענן אַ געוויסן ענין.

} 1

די געשלאָגענע גייען אַהיים

שװאַכע הילפלאָזע קינדער. זיי האָבן זיך נעשלעפּט אַהיים צעווייטיקטע און צעבראָכענע. בעניטאָ האָט אין דער היים זיך נאָכאַמאָל צעוויינט. זיך געליינט אַפן אויפשטעל-בעט? און נעוויינט. זיין מאמע האָט נאָרניט געקענט פאַרשטיין. זי האָט צו אים גערעדט וי צו אַ פּיצ? קינד.

--- װאָס איז דיר, באַמבינאָ ? זאָנ דיין מאַמען, װאָס איז דיר ?

בעניטאָ האָט גאָרניט נעזאָגט, בלויז געכניקעט,. עס האָבן אים אַזױ שטאַרק וויי נעטאָן די ביינער, אַז אַף וואָסער זייט ער איז נעלעגן איז אים געווען שלעבט.

בערטאַ די נײיטאָרין האָט אַ גאַנצע נאַכט געברענט די נאַז. דער נאַנצער קערפּער באַ לואי'ן איז געווען הייס. זייז מאמע האָט אים נענלעט, נעקושט און ער האָט זיך נעװואָרפן אין אַלֶע זייטן.

--- מאַמע, מאַמע, --- האָט ער זי אַלע מאָל גערופן, --- ס'טוט וויי, עס טוט וויי,

--- וואו, מיין קינד ? וואו, מיין נחת ?

--- אָט דאָ, און אָט דאָ, און אָט דאָ.

די מאַמע האָט אים געליינט קאָמפּרעסן, אים אויפנעזאָסן שטאַרקע טיי מיט געטריקנטע וויינשעלעך. אָבער ער האָט גאָרניט געהאָלפן. ער האָט זיך געװאָרפן און נגעקרעכצט :

--- מאַמע, מאַמע, ס'טוט וויי, אָט דאָ און אֶטֹ דאָ.

מויש איז איינגעשלאָפן מיט גרויס רציחה. ער האָט אַפילו ניט געװאָלט קיין קרעכץ טאָן. ער האָט זיך אַרייננע'גנב'עט אין צימער א שטילער, אַ געלאַסענער, זיך צונויפנעשטעלט די בענקלעך און אייננעשלאָפן מיט גרויס כעס. ער װועט ניט קרעכצן, ער װועט ניט זיפצן, וויי?ל זיין חבר מאַיק זיפצט מסתמא אויך ניט און קרעכצט מפתמא אויך ניט. אָבער אינמיטן שלאָף האָט ער יאָ אָנגעהויבן צו קרעכצן און צו זיפצן און ער האָט אויפנעוועקט זיין שוועסטער מרימ'ען מיט זיין קרעכצן און זיפצן,

אַ געטרייע שוועסטער, מרים. מיט אַזוֹי פיל ליבע אין קו? האָט זי אים געוועקט און אים גערופן אין אידיש :

} 1

--- מוישעלע, מוישעלע, װאָס איז דיר ?

,סמוישעלע? האָט זי אים גערופן, פּונקט וי די מאַמע פלענט אים רוםן, ווען ער איז נגעווען א קליין קינד, מויש האָט זיך אויפנעכאַפּט, ניט פאַר- שטאַנען װאָס עס טוט זיך דאָ,

--- װאָס ווילסטו ? --- האָט ער געפרענט בייז.

-- פ'טוט דיר עפּעס וויי, מוישעלע 4 --- האָט זי זיך איבערגעבויגן צו אים, וי א מאמע,

--- פ'טוט מיר נאָרניט וויי, --- איז מויש געווען אומצופרידן.

--- פֿאַרװואָס-זשע קרעכצסטו אַזױ, מוישעלע ?

--- װאָס דולסטו מיר אַ קאָפּ? קיינער סרעבצט ניט. ניי, לייג זיך און באַדער מיך ניט,

ער האָט אָפּנעטריבן די שוװועסטער,. זי האָט זיך צוריק געליינט אַפן דיװאַן מיט ליוסי'ן. מויש איז אינגיכן צוריק איינגעשלאָפן. ער איז שוין ניט בייז געווען וי פריער. ס'איז אים געװאָרן א ביס? בעסער, ס'איז אים געפעלן װאָס זיין שוועסטער האָט זיך געזאָרגט וועגן אים.

ס'איז ניט געווען ס'ערשטע מאָל, װאָס מען האָט מאַיק ן אַזױ שטאַרק געשמיסן. אין , רעפאָרמאַטאָרי?" האָט מען נאָך ערנער געפּייניקט. אָבער איצטיק מאָל האָט ער געוויינט. ער האָט זיך ווידער דערמאָנט אין זיין שוועסטער אסתר. ער האָט איצט שטאַרק געבענקט נאָך איר,

דערפאַר אָבער איז בוטשי נעשלאָפן די נאַנצע נאכט וי אַ גבור. ער מעג טאַקע גװאַלדעװען מערער פון אַלע, אָבער ער פאַרנעסט קלעפּ זייער שנעל. די קלעפּ האָבן אים אַזױי שטאַרק מיד נעמאַכט, אַז איידער ער איז נאָך אַװעקנעפאַלן אַפן בעטל, זיינען זיינע אוינן שוין געווען צוגעשלאָסן, פון די קלעפּ און פון אַ גאַנצער נאַכט שטאַרק שלאָפן, האָט ער זיך אוים- געכאַפּט אין פרימאָרגן אַ טויט-הונגעריקער, און ער האָט געשלוננען דעם פרישטיק. עס איז נאָר געווען װייניק : אַ ביינל מיט פּוטער און אַ טעפּעלע קאַװע. ער האָט דאָס צורעבט נעמאַכט מיט נרויס בריה'שקייט, און זיין טאַטע, דער חלוש, האָט שטאַרק מקנא געווען דעם זון, װאָס עסט מיט אַזױ פיל אַפּעטיט, ער, דער טאַטע, האָט נאָרניט קיין אָפּעטיט אין די פרימאָרגנס, אים איזן איבלדיק און חלשות'דיק אַפן האַרצן,

} 1

אַ קילער ווינט אַם קלינטאָן סטריט

א קילער ווינט, נאָך א טאָנ פון ברענענדיקער היץ. גאַנץ ניו יאָרק האָט זיך דערקװויקט מיטן קילן װינט. די נאַטור איז מיטאַמאָל גוט געװאָרן נאָך די ברענענדיקע, שרם'נדיקע טעג, די נאַנצע איסט-סאַיד האָט אויפגעשפּיליעט די קנעפּלעך, צעכראַסטעט די העמדער און אַרױסגעשטעלט די לייבער צום ווינט, |

-- אַ! -- מאַכט א איד מיט אַ שװאַרצער באָרד און מיט אַ יאַרמולקע אַפן קאָפּ, --- אַ קילער ווינט, אַ מחיה ! שוין געבראָכן די היץ.

אַ נדייזדנרויער איד, װאָס האָט שוין עטלעכע טעג, פון זינט די היץ האָט אָנגעהאַלטן, ניט אַרױסגערעדט צו קיינעם קיין װאָרט מחמת גרויס שוואכקייט, מחמת ער האָט קיין כח נים געהאַט צו ריידן, און ער האָט שוין געמיינט, אַז ער עקט זיך, איז איצם מיטאַמאָל שטאַרק באַריידעװדיק געװאָרן :

-- אַ, אַ} -- מאַכט ער צו די איבעריקע אידן. --- עס װעט נאָך זיין גוט. װאָס אַרט אייך, מיר וועלן נאָך, מירצעשעם, אויפנעריכט ווערן אויך. וועט איר זען, אידן, װוי עס וועט זיין גוט.

--- אמן, הלואי --- װוינטשעוװועט פרום דער איד מיט דער שװאַרצער באָרד און מיט דער יאַרמולקע אַפן קאָפּ.

--- וי אַ קאַלך-אויוון, זאָג איך אייך, --- האָט זיך געטיילט מיט זיינע איינדרוקן אַ איד אַ פּרעסער, --- ממש, וי אַ קאַלך-אויוון האָט דאָס געברענט. אַ שטיקעניש נאָך דערצו. און דאָ דאַרף מען נאָך שטיין איבערן ביגל-ברעט מיט דעם הייסן אייזן, איז שוין מיך ניט געווען װאָס צו מקנא זיין. עס האָט גערונען נאַנצע פּאָטיאָקעס.

מען שמועסט זיך אַזױ וואויל אַף די סטופּס פון קלינטאָן סטריט. מען איז געװאָרן פריינטלעך איינער צום אַנדערן. אַ ברודערשאַפט פילט זיך אין זייער ריידן. אַ קילער ווינט, װאָס האָט געבראַכט דערלייזונג אַלעמען אין העסטער פּאַרק,

-- אַ, אַ קיל ווינטעלע, --- מאַכט אַן עלטערע אידישע פרוי אין אַ קאָפּן- טיבל, --- אַ קיל ווינטעלע, אַסוראַט װוי מען װאָלט זיך געבאָדן אין ים.

זי האָט זיך נאָך קיינמאָל ניט געבאָדן אין ים, אָבער דעם פאַרגלייך האָט זי בלויז נעגעבן פון איר פאַנטאַזיע. זי שטעלט זיך פאָר, אַז אין ים דאַרף זיין אַזױ קיל, װוי דאָס ווינטעלע איצט.

} 1 {1

וי אַזױ די זעקס נוטע פריינט רייסן אַראַפּ אַ סאָציאַליסטישן מיטינג

אידן פון קלינטאָן סטריט, אָן די רעקלעך, מיט די הענט אין די ווייסע אַרבל פאַרלייגט פון הינטן, שטייען זיי פונדערווייטנס און הערן זיך צו מיט איין אוער צו דער סאַציאַליסטישער רעדנערין אַף דער פּלאַטפאָרמע. בלויז די געטרייע סימפּאַטיקער פון דער סאַציאַליסטישער פּאַרטײי טוליען זיך ענג אַרום דער פּלאַטפאָרמע. די איבעריקע שטייען פונדערווייטנס. מען קאָן זי אַזױ לייבם ניט אַרײננאַרן. זיי זיינען שוין געוואוינט צו די אָפּענע מיטיננען, וואו מען זאָגט זיי צו נאָלדענע גליקן און דערנאָכדעם בלייבט אַזױ ווי געווען, שטייען זיי פונדערווייטנס און האָבן ניט קיין צוטרוי. אָבער די רעדנערין ווייסם וי אַזױ צו פאַרטשעפּען זייער אויפמערקזאַמקייט. די אידן אָן די רעקלעך דערנענטערן זיך נאָך אַ פּאֶר טריט, אָבער נאָך אַלץ ווייט און אומ- צוטרוילעך.

די רעדנערין איז װיעראַ קופּער, מאַיקל'ס מאמע. א שיינע פרוי מיט זילבערנע האָר און יוגנטלעכע ברוינע אויגן. מען קאָן זי דאָ אין קלינטאָן סטריט. מעז ווייסט, אַז זי איז געווען פאַרשיקט אין צאַרישן סיביר, און אַז זי איז אַנטלאָפן פון דאָרטן. מען ווייסט, אַז זי איז אַ זעלטענער מענטש.

פאַר די, װאָס וואוינען נאָענט דערביי אין די טענעמענט-הייזער, איז נאָר אַ פּיקניק. מען ליינט אַנידער קישעלעך אֵף די ביישטידלעך פון די אָפענע פענצטער. מען שפּאַרט זיך אָן אָף זיי און מען קוקט אַרוס, פּונקט וי פון לאָזשעס אין א טעאטער,

מאַיק'ן איז דאָ זייער ניט נוט. ער קאָן ניט אויספירן וויינבערנ'ס אינ- סטרוקציעס. אַ היימישע פרוי, די װויעראַ קופּער. ער האָט פאַר איר אויך אָפּשײי, זי שמייכלט צו אים שטענדיק, ווען זי באַנעגנט אים. אַאַ שמייכל מאַכט דערפילן דעם צווייטן, אַז מען איז ווירדיק און וויכטיק אין לעבן. |

בוטשי אָבער ווייסט ניט פון קיין חכמות. ער ויל נלייך פארפירן אַ געשלעג מיט עמיצן, כדי צו צעשטערן דעם מיטינג. מאַיק לאָזט אים נים. לאָז זי ריידן. ס'איז אים אויך טשיקאַװע צו הערן, װאָס זי וועם זאָגן. אָ, זי רעדט וועגן דער אָרעמקייט אַף דער איסט-סאַיד, װוענן די פאַרשטיסטע

1 פף }

הייזער, וועגן די פייער פּאַסטקעס, וועגן די קראַנקע קינדער אַף קלינטאָן סטריט. דער מיטינג ווערט עננ. אַלע שטפן זיך שוין געענטער צו דער רעדנערין. איר האַרציק קול און אירע נערעכטע רייד ווענן זייער אייגענעם לעבן ציט זיי צו.

-- רינטיק וי גאָלד ! --- מאַכט אַ איד מיט אַן אױיסגעצופּטער באָרד. גאָלן זיך טאָר מען דאָך ניט לויטן אידישן דין, צופּט ער זי אויס, די באָרדך.

--- שאט, לאָזט הערן אַ װאָרט } --- שרייט אָן אַף אים אַ צווייטער, װאָס הערט ניט נוט אַף איין אויער, האַלט ער דעם צווייטן אויער מיט דער האַנט און שטעקט אים אַרױס וי אַ טרובקעלע, ס'זאָל דאָרטן אַריין אין איינוועגס פאָרן צווייטן אויער אויך.

װעראַ קופּער רעדט אויך צו זיי װענן שמער? דעם פּעדלער'ס טוֹיט. מויש כמורעט זיך אָן, װאָס מען רעדט וועגן זיין טאַטן,. ער דראָדלט זיך אָן, גרייט אָנצופאַלן, אויב מען װועט דערציילן וועגן זיין טאַטן עפּעס אַזױנס, װאָס ס'איז ניט שיין. אָבער זי רעדש שוין די ריכטיקע ווערטער וועגן זיין טאַטן, און מויש וואונדערט זיך. געקומען איז ער אַהער וי אַ שונא, און דאָ שלעפּט זי אים אויך אַריין, און ער מוז שוין האַלטן מיט איר.

--- שמער? דער פּעדלער, --- זאָגט זי, --- װאָלט נאָך געווען געלעבט און װאָלט געווען אַ טאַטע צו זיינע קינדער, אָבער די דאָזיקע פינצטערע הייזער, װאָס זיינען פאַרפּעסטעט פון ווערים און מיקראָבן, זיי האָבן אים געמאַכט אַ ניכן סוף. אַן ערלעכער מענטש געווען שמערל דער פּעדלער און דאָס האַרץ טוט מיר וויי אַף זיין ווייכב די אלמנה און די קינדער די יתומימ'לעך...

בוטשי'ן רירן אויך אירע רייד און דערפאַר האָט ער זי פיינט, די דאָזיקע פרוי, װאָס רעדט אַזױנע ווייכע רייד. ער קאָן ניט פאַרליידן קיין ווייכע רייד, װאָס מאַכן אים קיצלען אין האַלז,

בעניטאָ פאַרװיילט זיך גאַנץ נישקשהדיק, ער פאַרשטייט אַ ביסל אידיש, איז אים טשיקאַװע זיך צוצוהערן און כאַפּן רי פאַרשטענדלעכע ווערטער. און אַז ער כאַפּט א פארשטענדלעך אידיש. װאָרט, ווערן זיינע אויגן אוים- נעלויכטן און ער טיילט זיך באַלר מיט מאַיק'ן.

--- געשטאָרבן, שי סעיד, דאַיד, יו סי...

דער ,יו סי" מיינט טריאומף : דו זעסט, אַז איך פאַרשטיי ?

ניין, מיט וװעראַ קופּער האָט מאַיק גאָרניט געקאַנט טאָן. ער האָט זי געלאָזט ריידן, אַלֵיין אויך הנאה געהאָט פון אירע רייד, און אַז זי האָט פאַר- ענדיקט איר רעדע, האָבן אַלע אַפּלאָדירט זייער װאַרעם.

אָבער דאָ איז אַרויפנעקומען אַ יונגערמאַן מיט קליינטשינקע חנ'עוודיקע

{ פַּל }

װאָנצעלעך, אַן אַמעריקאַנער געבוירענער. דערפאר איז ער ארוֹיף אַזױ זיכער אַף דער פּלאַטפאָרמע. זיכער און סנאָביש. ס'האָט זיך תיכף דערפי?לט א ווייטקייט צו אָט דעם יונננמאַן. די היימישקייט, װאָס ווערא האָט איבער- געלאָזט, איז אַנטרונען. עננליש האָט ער נערעדט. הויכע געפליגלטע רייד האָט ער געװואָרפן צו די קלאָוקמאַכער, אָפּערײטאָרס, היטלמאַכערס, פּעדלערם, דזשעניטאָרם און גלאַָט אַזױי אָרעמקייט ‏ ער האָט תיכף אָנגעהויבן צו אַטאַקירן בענעדיקט וויינבערנ'ן. דאָס איז אויך ניט נעפעלן די פאַרזאַמלטע. בענעדיקט וויינבערנ איז נראָד באַ זיי באַליבט. ער טוט אַלעמען טובות. ער איז אַזאַ העפלעכער מענטש און גריסט זיך אַזױ ליבלעך מיט יעדן איינעם, אַפילן מיט די קינדער אַף דער גאַס.

--- לאָז אֶפּ וויינבערג'ן ! --- רופט אויס מאַיק און זיינע בייזע ברעפען ווערן זייער כמורנע און דאָס שטיק?, װאָס איז נעבליבן פון אָפּנעביסענעם אויער, ווערט בלוטיק רויט,

--- דערוויי? רייד איך. אַז איך על ענדיקן וועסטו ריידן --- קלינלט זיך דער יוננערמאַן מיט די חנ'עוודיקע װאָנצעלעך.

--- לאָז אָפּ וויינבערנ'ן, זאָנ איך דיר ! -- שטופּט זיך מאַיק צו דער פּלאַטפאָרמע, --- וויי? װאָס ווייסטו ווענן וויינבערנ'ן ?

--- װאָס איך ווייס ווענן וויינבערנ'ן ? אָט װעל איך אייך באַלד זאָנן, --- איז שוין שטאַרק צעהיצט דער יונגערמאן, און זיין שטימע ווערט קוויטשענדיס.

--- ניין, דו קאָנפט גאָרניט זאָנן ווענן וויינבערג'ן ! --- חיצט זיך מאַיק, --- ער איז דער לייטישסטער מאַן דאָ אין בלאָס ,ניט אמת ?

--- אמת, אמת ! -- שרייען זיינע פינף געטרייע פריינט און ס'האַלטן זיי אונטער אַ היפּשע צאָל פאַרזאַמלטע,

-- אוֹן װאָס דאַרפסטו דאָ האָבן נאָר איננאַנצן בא אונז אין גאַס ? -- קאָכט זיך היימי. --- אַראָפּ פון דער פּלאַטפאָרמע, אַראָפּ !

וי אַ העלפאַנט האָט בוטשי זיך אַ לאָז נעטאָן צו דעם הילצערנעם נעשטעל, װאָס מען האָט גערופן פּלאַטפאָרמע. ער האָט נאָרניט געדאַרפט טאָן, כדי דער נעשטעל זאָל קראַכן צוזאַמען מיט דעם יונננמאַן מיט די חנ'עוודיקע װאָנצעלעך. ער האָט בלויז אַ שטופ געטאָן, בוטשי, דעם נעשטעל און אַלץ איז זיך צעפאַלן. מויש האָט נעקנאָטן מיט די הענט. פון הוננער איז ער געווען אַזױ בייז און אויפנערענט, און ער האָט נעשלאָנן אלע רי, װאָס האָבן זיך נעשטעלט אַנטקענן. אַ סך סימפּאַטיקער האָט די סאָציאַ- ליסטישע פּאַרטײ דעמאָלט פאַרמאַנט אין דעם בלאָק. מען האָס נעכאַפּט שטיקלעך האָלץ פון דער צעבראָכענער פּלאַטפאָרמע און מען האָט זיך אִפּ-

} 1

געשלאָנן פון אָט די זעקס ביטערע יונגען, װאָס האָבן נגעבושעוועט מיט אַזאַ ווילדער הפקרות. דער פלינקער מאיק האָט אַװעקנגעלײנט איינעם נאָכן אַנ- דערן. אַזאַ שנעלקייט אין זיינע אברים. אַ בויג מיט די פּלײיצעס, און ס'ליגט שוין עמיצער אַף דער ערד. היימי דער אַסטמעניק האָט אויך ניט געשויגן. מיט זיינע דאַרינקע הענטלעך האָט ער דערלאַננט אין בויך אַרײן.

פּאַליסלייט האָבן געפייפט, ווייבער האָבן נגעקוויטשעט. קינדערלעך האָבן געשריען : הורא, הוראַ ! און פון די אָפּענע פענצטער אין די טענע- מענט הייזער האָבן יוננע מיידלעך געקלאַפּט בראַװאָ. דאָס שטיקל פּלאַץ, אַף וועלכן ס'איז פריער געשטאַנען אַ רואיקער אויפמערסזאַמער עולם, אין געװאָרן א געווירב?, אַ נעדרענג. א שטורעם האָט אױסנעבראָכן מים אַ סוויסטשען און מיט אַ פייפן און מיט קולות פון געפּיײיניקטע און מיט קולות פון די אָננרייפער,. איין אויגנבליק האָט דאָס איננאַנצן געדויערט און דער- נאָכדעם, ווען די פּאָליסלייט זיינען אָנגעלאָפּן, איז געװאָרן שטיל און ליידיק דאָס פּלאַץ, אַף די שטיינער האָבן זיך געװאַלנערט צעשאַטענע ליפלעטס, צעטראָטענע בראָשורן און שטיקלעך אָפּגעבראָכענע ברעטלעך פון דער אום" גליקלעכער פּלאַטפאָרמע.

| { ד }

די זעקס גוטע פריינט באַענב'ענען אַ הויז

ס'איז שוין שפּעט אין דער נאַכט. די איסט-סאיד האָט זיך געליינט שלאָפן, ווער ס'איז פאַרבליבן אַף די דעכער אויסגעבעט מיט אַלטע קאָלדרעס, ווער אונטן, אַף די סטופּס, און ווער אין די הייזער מיט די צעעפנטע פענצטער.

די נאַכט האָט דאָ ניט קיין פּנים װוי אַן עכטע פינצטערע נאכט. די גאֶסן-לאָמפּן מאַכן מילכיק די שטיינער פון דער גאַָס. די שפּעטע אָפענע ליכטיקע קראָמען צעשטערן די פינצטערניש אֵף די טראַטואַרן; אָפּנעפליקטע שטיקלעך פינצטערניש.

די נאַכט אַף דער איסט-סאַיד איז ניט קיין שטילע : טראַמוייען גרילצן, קעץ מיאוקען. הינט רייסן זיך איינער מיט דעם אַנדערן, קראַנקע קינדער וויינען דורך די פענצטער. מאַן און ווייב קרינן זיך ערנעץ אֵף אַן אויבערשטן שטאָק, הויך קריגן זיי זיך פאַר אַלעמענס אויערן, פאַר אַלֶע די װאָס לינן אין זייערע בעטן פאַר די אָפענע פענצטער און קאָנען ניט איינשלאָפן. מאַן אוֹן ווייב קרינן זיך, און װאַרפן זיך אויף חטאים. דערוויסט זיך א גאַנץ הויז פון אינטימע מאַן-און-ווייב סודות, װאָס פאַרשאַפן ניט קיין כבוד דעם קריגנדיקן פּאָרל,. מיט די ערנסטע נעמען רופט מען זיך אָן איינער דעם אַנדערן, פון קרינ גייט מען איבער צו פּעטש און פון פּעטש צו נװואַלדן אין אָפענעם פענצטער.

-- אַזאַ שאנדע, אַזא בזיון, --- זאָגט אַ לייטישע פרוי צו איר לייטישן מאַן אַף אַז אַנדער שטאָק, װאָס קריגן זיך קיינמאָל ניט,

--- פּונקט װוי באַ די נוים, --- קלאַנט זיך אַן עלטערע אידענע.

--- נזלנים, לאָזט שלאָפן } --- שרייט היסטעריש דורכן אָפענעם פענצטער מיט אַ פאַרריסענעם קאָפּ אַרױף צום אויבערשטן שטאָק, אַן אַלְטער בחור, אַ נערוועזער און אַ צערייצטער, װאָס ליידט פון שלאָפלאָזיקייט.

--- ס'זאָל אייך אויסמאָרדעווען דאָרטן ! -- שרייט אַן אָפּערײטאָר, וועמען מען האָט אויפנעװועקט אינמיטן פון אַ זיסן שלאָף.

יונגע מיידלעך און בחורים, װאָס זיינען נאָך ואַך אַה דער נאס, פאַר" זאַמלעז זיך הינטער דער הויז און זיי שטעלן מיט זיך פאָר דאָס פּובליקום, װאָפ דאַרף אֶפּשאַצן די קונסט פון קרינן זיך. אַז די פרוי זאָגט עפּעס אַ קונציקן זיד?-װאָרם, פּאַטשן זיי בראַואָ דער פרוי. אַז דער מאַן זאַנט עפּעס געלוננען, אַפּלאָדירן זיי דעם מאַן.

} 6 {

אַ נאַכט אַף דער איסט-סאיד, װאָס װאַרפט זיך אין ספּאַזמען. אָט אין שטיל, און אָט ברעכט אויס מיטאמאָל אַ גרויספער געװאַלד און מענטשן ווערן געפּייניקט. בלויז די קליינע קינדער אַרט ניט די דאָזיקע נאבט. יענע שלאָפן זיך זייער געשמאַס, אַנטבלויזטע, הוילע, שלאָפן זיי זיך און זאַמלען זיך אָן געזונט און גבורה. גאנץ-פרי שטייען זיי אויף פרעכע און חוצפּה'דיקע און דערגייען די יאָרן זייערע מידע, ניטיאויסגעשלאפענע מאַמעס און טאַטעס.

שפּעט אין דער נאַכט. אין אַ הויף ליגן אַף די בייכער פינף גוטע פריינט. פון דעם זיג, װאָס זיי האָבן אָפּנעהאַלטן איבער די סאַציאַליסטן, איז קיין פּרנסה ניט געווען. בלויז פון פריינטשאַפט ווענן צו בענעדיקט וויינבערג'ן, האָבן זיי דאָס געטאָן. פּרנסה דאַרפן זיי זוכן. מיט זייער אייגענער מי און האָרעװאַניע דאַרפן זיי פאַרדינען זייער שטיק? ברוים. אֵַף גרענד סטריט געפינען זיך אַ סך פאַרמעגלעכע. די פענצטער זיינען צעעפנט. דאָס גאַנצע פארמענן ליגט דאָרט אין דער פינצטערניש פריי און אָפן פאַר אַזױינע פלינקע חברח-לייט, וי פאַר מאַיק'ן מיט זיינע פריינט. באַזונדער אַפן פינפטן שטאָק. דאָרטן דאַרף זיך געפינען פאַר זיי פּרנסה. דאָרטן וואוינט אַ פרוי, װאָס האַלט אַ גראָסערי אַפן קאָרנער פון קלינטאָן סטריט, איז דער שכל אַ פּשוט'ער --- איין מענטש אין הויז, װועט דאָס מאַכן לייכטער די אונטערנעמונג. :

קעץ רייסן זיך אין הויף און בוטשי וויל זיי פּלעטן די קעפּ, אָבער מאַיק לאָזט ניט. מאֵיק פאַרשטייט, אַז צווישן די קולות פון די קעץ װעט מען זיך שלאָפּן דאָרטן אינעװייניק זייער רואיק און זיכער. די געװאַלדן פון די קעץ איז די נאָרמאַלע שפּראַך פון דער נאַכט אַף דער איסט-סאַיד. בוטשי האָט אָבער איצט פיינט די קעץ. ער האָט איבערהויפט קיינמאָל גיט ליב קיין קעץ, און די קעץ האָבן אים אויך ניט ליב.

כואי גייט טאָן זיין שליחות מיט פרייד און מיט שטאָלץ, ער איז דער איינציקער, װאָס איז צוגעפּאַסט פאַר אַזאַ אַרבעט. מיט זיינע פלינקע פיסלעך הויבט ער זיך אויף די פייער-לייטערס. אַקוראַט װי ער װאָלט גענאַנגען אין שטעק-שיך, אַזױ שטיל?ל טרעט ער פון טרעפּ צו טרעפּ, מיט אַזאַ צאַרטקײט אין די פּיאַטעס. ער האָט זיך טאַקע אױיסגעטאָן די שיך. היימי האַלט צו זיינע שיך זייער שטאַרק. |

די פריינט זיינע שפּאַנען מיט אים אין זייערע געדאַנקען. זיי מאַכן-מיט מיט אים יעדן טראָט. אָט איז ער שוין סאַמע דאָרטן, וואו מען דאַרף. לאָזט זיך אָבער אויס, אַז די גראָסערי-פרוי איז אויך א קלונע. גראַדע דאָס מענצטער, װאָס גייט אַרויס צום פייער-לייטער, איז גוט צוגעשלאָסן פון אינע-

1 זז }

װייניק. דאָס צווייטע פענצטער איז אָפן, דאָס פענצטער, װאָס איז אָפּנערוקט פון פייער-לייטער. לואי װאַרפט די שיין מיט זיין סוירטש-לאיט און די פינף פריינט פון אונטן ווערן פאַרציטערט, זיי האָבן שוין דאַ דערזען די שװועריקייטן. וי אַזױ װועט ער דאָס טאַקע מאַכן? אַן אַנטוישונג הויבט זיך שוין אָן צו פאַר'גנב'ענען אין זייערע הערצער. לואי װואַרפט נאָך 8 מאָל אַ שיין. אַ פאַרצווייפלטע שיין. מאַיק רייספט זיך אִפּ פון דער חברה. מאַיק, דער פירעד, וועט שוין געפינען אַן עצה. ער האָט אויך אוױיסנעטאָן די שיך און מויש האַלט זיי זייער שטארק. מיט פאַרקרעמפּעװועטע פיננער האלט ער זיי צו. לואי ווייסט שוין, אַז אַ פריינט קומט אים צו הילף און ער בלייבט שטיין אַ רואיקער דאָרטן. מאַיק קאָן שפּאַנען אַזױ שטי? װי א קאַץ מיט ווייכע פיסלעך. הויבט זיך אַזױ מאַיק איבער די טרעפּ אוֹן דערגרייכט דעם פינפטן שטאָק, |

די פריינט פון אונטן דערוזעען, ווי דער סוירטשלאַיט אַרבעט דאָרט ווידער מעשים, אָבער שוין ניט לעבן פענצטער, נאָר ערנעץ אַנדערש. זיי זוכן עפּעס דאָרטן, די צוויי. מאַיק האָט דאָס געפונען. אַ גרויסן בעזים אֵף א שטעקן האָט ער אָפּנעזוכט. מען דערנרייכט מיטן בעזים דאָס אָפענע פענצטער. לואי לאָזט זיך שפּאַנען איבערן שטעקן. מאַיק שטייט מיט אויסגעשטרעקטע הענט, יעדע מינוט גרייט אַ כאַפּ-טאָן דעם חבר, אויב ער װועט פאַרלירן דעם גלייכגעוויכט,

אַזא פינצטערניש אונטן, אַ טיפער אָפּנרונט, און מחמת דער פינצטערניש האָט דער אָפּגרונט ניט קיין עק און ניט קיין סוֹף. אין נאָמען פון דער גרויסער ברודערשאַפט, אין נאָמען פון דער איינענער אמביציע צו דערגרייכן זאַכן, װאָס זיינען כמעט אוממעגלעך צו דערגרייכן, באַקומט לואי פליגלען. אַ גרויסע מוטיקייט אין זיינע ביינער. די מוטיקייט פון אַ העלד אַפן שלאַכט- פעלד, װאָס לאָזט זיך איינער אַליין אַנטקענן די טויטלעכע קוילן פון שונא,

מאיק'ן איז קאַלט אין שטערן. זיינע אוינן קריכן אַרױס. די הענט זיינע, די אויסגעשטרעקטע, זוכן די לופט, לואי איז שוין אָבער ווייט פון זיינע הענט. לואי איז שוין אָט-אָט-אָ נאָענט צום פענצטער.

לואי איזן שוין אינעװייניק,. ס'איז א קיך. אַ שטומע קיך, װאָס רעמ זיך מיטן נאַנצן סדר פון אַ קיך. לואי שפּאַנט אַף אַ דיל. פון דער פינצטער- ניש קוקן אַה אים מאָנסטערס און חיות משונה'דיקע. ריזן און קארליקלעך. יעדער טריט אַן אַנדער באַנענעניש. דעם סוירטש-ליכט וװויל ער ניט נוצן צו אָפּט. נאָר, ווען ער שלאָגט זיך אָן אָן עפּעס האָרטס, גיט ער אַ װאָרף אַ שיין. די שיין פאַלט אַף אַ פרעמדן טיש מיט אַ גרויסן פרוכטאָווניק, דער

} 1

פרוכטאווניק האָט אים פריער אויסנעזען װי אַ ריזיקע חיה, אַ לעבעדיקע און אַ סטראַשענדקע.

עמיצער זיפצט פון שלאָף, אַן ערלעכער זיפץ פוֹן אַ מידער פרוי. זי אָטעמט, די פרוי, זייער נעבעכדיק. צוליב דער גרויסער היץ אִטעמט זי אַזױ שווער, די פרייע גאַס איז פאַר לואי'ן אַ ווייטע און פרעמדע וועלט. ער איז אָפּנערוקט פון דער פרייער נאס מיט טויזנטער מיילן. אַ גאַנצע אייביקייט איז פאַרביי פון זינט ער איז אַריין אין דעם הויז. יאָרן און יאָרן זיינעו שוין פאַרלאפן. אין יעדן טריט איז אַזױ פיל שפּאַנונג און װייטיק,. די פרוי זיפצט פון שלאָף פּונקט וי זיי מאַמע, בערטא די נײטאָרין. די ליידיקע הויז שוויינט בייזוויליק. דאָס שוויינט דאָס הויז אומיסטנע אַזױ ביז װאַנעט מען װעט אים כאַפּן באַ דער ריכטיקער אַרבעט. דעמאָלט װעט זיך ערשט צעשרייען דאָס הויז מיט קולי-קולות, אַז די נאַנצע וועלט װעט אויפגעוועקט ווערן.

די סוירטש-ליכט אַרבעט דאָ בא דער פרוי אין צימער זייער פאָרזיכטיק. מיט אַ פּיצעלע שיין כאַפּט ער דעם סדר פון צימער. מיט אַ טויזנטל טייל פון ליכט באַמערקט ער אַפּן דרעסער אַ לעדערנעם בייטל.

--- אוי, וויי איז מיר, ווער איז דאָרטן ? --- דערפילט די פרוי אין שלאָף, אַז עפּעס איז איר דאָ ניט נוט,

-- ווער איז דאָרטן ? --- ווערט דאָס קול פּאַראַליזירט, ווייל זי האָט דערהערט, װי אַ געשטאַלט האָט אַ שוועב געטאָן. --- ווער איז דאָרטן +

אַן אייביקייט איז פאַרבײינענאַנגען פאַר מאַיק'ן אַפן פייער-לייטער. ער שטרעננט אָן די אויערן צו באַפּן אַ קלאַנג. שטיל און רואיק שלאָפט זיך דאָס הויז, פון פערטן שטאָק שנאָרכעט עמיצער אין די אָפענע פענצטער,

אַן אייביקייט גייט פאַרביי פאַר די פיר חברים, װאָס ליגן אויסגעצויגן איבערן הויף. דער סדר פון דער וועלט שטעלט זיך אָפּ. די נאַכט הערט אויף, דער טומל פון דער שטאָט ווערט אָפּגעהאַקט, אין די אויגן פייפן אַזױױינע ווינטן. אַזױנע פּרימיטיווע, אור-אַלטע ווינטן פון שרעק און גרויל,

--- געהװודאַדלדד ! --- שרעקט אַרויס די נראָסעריפרוי אַ צעשויבערטן קאָפּ אין אָפּענעם פענצטער. -- גע-װו-אַדלדד, אידן, מען ראַבעװעט ! --- גיט זיך אַ שנייד אַריין אין באַנאַכטיקן אינדרויסן אַ פאַרצווייפלטער געשריי.

מאַיק ניט זיך א יאָנ אַראָפּ פון פייער-לייטער. ער האָט פאַרטשעפּעט דעם בעזים, װאָס איז געווען איבערנעצוינן פון פויער-לייטער צום פענצטער. דער בעזים איז אַראָפּנעפאַלן מיט אַ טראַסק.

--- נגעהוודאָדלדד ! --- שרייען שוין די פענצטער פון אַלע פינף שטאָק,

1 פס }

צעשראָקענע פּנימ'ער, צעשויבערטע קעפּ. יעדער איינער האָט געמיינט, אַז דאָס גנב'עט מען באַ אים אין הויז.

79 ג עדד- אד != ג---ע--- = אַ‎ ---

פּאָליסלײיט פייפן. שווערע שיך לויפן איבער די ליידיקע טראָטואַרן. דער גאַנצער בלאָק האָט זיך אויפגעכאַפּט. קינדערלעך וויינען פון די פענצטער.

--- װאָס גע'גנב'עט? וועמען באַ'גנב'עט ?

} 0 1

לוסי פאַרקריכט אַף פינפטער עוועניו

מרים ליגט אַפן דיװאַן מיטן שוועסטערל ליוסי אן װאַכט איבער איר. זי האָט זי היינס געשלאָגן, פאַרװאָס זי ווערט פאַרפאַלן א גאַנצענע טעג.

--- שוועסטער? ליוסי, שוועסטער? ליוסי, װאָס וועט פון דיר אויסװאַקסן?

דאָס שוועסטער? ליוסי שלאָפּט איצט מיטן פּנים צום קישן. מיט פאַר" מאַכט פויסטלעך לינט דאָס, אַקוראַט װוי זי װאָלם אַריינגעפּאַקט אין אירע פויסטלעך פולע זשמעניעס מיט שלאָף און האַלט דאָרטן שטאַרק צו דעם שלאָף.

דאָס שוועסטער? ליוסי פליט איצט פּונקט וי אַ פויגל. זי וואונדערם זיך טאַקע, ליוסי, אין שלאָף, װאָס זי פליט. װי קאָן זי פליען, אַז זי איז אַ מענטש? אָבער זי פליט. זי האָט אַפילו פלינל? אויך, און הויבט זיך מיט זיי אין דער הויך.

ליוסי האָט שטענדיק געװאָלט וויסן, װאָס ס'טוט זיך אינעװייניק אין די נאָר הויכע מויערן. אַזױנע ריזיקע ווענט מיט פענצטערלעך ; װאָס פאַר אַ מענטשן וואוינען דאָרטן ? איצט האָט זי שוין אַ געלעגנהייט אַריינצן- קוקן אינעװוייניק, ווייל זי פליט. אָט איזן דער צענטער שטאָק, זי קוקט אַריין דורך די פענצטער : אַזױ שיין דאָרטן ! גאָלדענע טישן און קרישטאָ- לענע שטולן, די בעטן זיינען מיט בריליאַנטן אָפּנעשאָטן, און די מענטשן דאָרטן זעען גאָר אויס וי קאַרליקלעך. פּיצעלעך מענטשעלעך.

אָט פליט זי שוין צום פופצנטן שטאָק און צום צװאַנציקסטן שטאָק און ס'איז נאָך שענער. אֶט פליט זי שוין צום פערציקסטן שטאָק און דאָרטן איז נאָר אַ פּאַרק, אַ גרויסער פּאַרק מיט בוימער און בלומען, און אַ טייך מיס קאַטשקעלעך, און זי פליט נאָך העכער און נאָך העכער.

אַ רעגן ליאַפּעט אין קלינטאָן סטריט. אַ רענן שמייסט. מיט גראָבע בייטשן כלישטשעט ער און וואַשט די קויטיקע הייזער פון בלאָק, און באַ- נעצט די פאַרנגעסענע קינדער-וועגעלעך, און באַװאַסערט די פּושקאַרטס, איבערנעצוינענע מיט ברעזענטן.

עס רעדט די נאַכט פון קלינטאָן סטריט צו מרימ'ען דורך רעגן און שטורעם. זי זאָנט, די נאַכט :

, דיין מאַמע האָט אויך נע'חלומ'ט וועגן אַ ליכטיק שיין לעבן, ווען זי

} 81 {

האָט חתונה נעהאט מיט דעם טאַטן, פּונקט וי דו, מרים, חלומ'סט איצט. אָבער קלינטאָן סטריט האָט זי שוין אַריננגעצוינן אין דלות, און זי זינקט איצט, דיין מאַמע. דו װעסט אויך חתונה האָבן מיט מאַיקל'ען, און דער דלות װעט אייך אויך אַריינציען. װעסט געבוירן קינדער, װעלן די קינדער זיין די קינדער פון דלות, פּונקט וי דו, מרים, דיין שוועסטער ליוסי און מילדרעד, װאָס איז פאַרפּאַלן נעװאָרן און מען ווייסט ניט וואוהין זי איז אַהינגעקומען, און מויש, פון וועמען דער נאַנצער בלאָק דערציילט זיך אָן זייער ניט סיין שיינע מעשיות'"

אַ רענן ליאַפּעט, אַ רענן שמייסט. מיט גראָבע בייטשן כלישטשעט ער אֵף די שויבן. די נאַכט פון קלינטאָן סטריט רעדט צו מרימ'ען. זי זאָגט, די נאַכט :

,איך האָב שוין מורא, אַז דו וועסט מוזן חתונה האָבן פאַר אייב באַר- געצ'ן. יאָ, װעסט מוזן,. זאָלסט ראַטעוען פון דלות דיין שוועסטער ליוסי, זאָלסט גריננער מאַכן די שווערע טעג פון דיין קראַנקער מאַמען, און אפשר וועסטו מויש'ן אויך קענען דערראַטעװוען. יאָ, מרים, וועסט מוזן, װעסט דאַרפן, װועט דאָס טאָן אויך "

און וואו איז מילדרעד 4 מען ווייסט ניט. אוי, וי ס'וויינט באַ מרימ'ען דאָס האַרץ נאָך איר שוועסטער? מילדרעד. אפשר איז זי שוין נאָר טויט ? אפשר לינט זי אין איסט-ריווער און אירע ביינדעלעך שווענקען זיך אַפן גרונט ? שטענדיק איז זי נעווען אַזאַ אומעטיק קינד. דאָס קינד פון דלות.

אַף צוזאַמעננעשטעלטע בענקלעך שלאָפט מוישע, איר גרויסער ברודער מוישע, װאָס קאָן ניט געפינען קיין פּלאַץ פאַר זיינע לאַננע פיס, שטעקן זיי אַרױס, די פיס, באָרוועסע און האָריקע.

מויש'ן חלומ'ט זיך, וי אַ פּאַליסמאַן יאָנט אים נאָך און ער ?-ו-י-פ-ט, שֶף ריווינגטאן סטריט פאַרקערעוועט ער זיך, צעשטופּט די מענטשן, צעשטופּט די פּושקאַרט-פּעדלער און ל-ו-י-פ-ט, '

ליוסי האָט זיך פּלוצלונג צעוויינט. זיך אויפנעכאַפּט אינמיטן שלאָף כיים אַ געשריי. זי האָט געשריען, ווייל זי האָט פּלוצלונג אָנגעהויבן צו פאַלן אַראָפּ, און אָם ווערט זי צעשמעטערט. ערשט מרים נעמט זי נאָר אַרום און רעדט צו איר אַזױ נוט,

--- נו, שאַ, ליוסי, שוועסטער. נו, שא, ליוסעלע.

ס'טוט איר שטאַרק באַנג, מרימ'ען, פאַרװאָס זי האָט היינט געשלאָגן איר שוועסטער ליוסי'ן. װאָס ווייסט דען דאָס קינד פון אָרעמקייט ? פֿאַר-

} 1

קריכט אַף פינפטער עוועניו צו קוסן אין די רייכע שוי-פענצטער, וואו שיינע קליידער זיינען אויסנעשטעלט,

בא ליוסי'ן הייסט דאָס ניט, קוסן אין די רייכע שוי-פענצטער. באַ ליוסי'ן און איר חבר'טע בעטי'ן הייסט דאָס גיין אַף פינפטער עוועניו זיך אויסקלייבן אַ קלייד. ס'איז אַזאַ שפּי? בא די דאָזיקע צוויי חבר'טעס. מען גייט פון שוידפענצטער צו שוי-פענצטער פון די רייכע סליידער-קראָמען, און ביידע חבר'טעס קלייבן זיך קליידער, ליוסי קלייבט זיך אויס דאָס שענסטע קלייד, װאָס איר געפעלט, און זאָנט דער חבר'טע בעטי'ן, אַז דאָס קלייך איז שוין אירס. דערנאָכדעם קלייבט אויס בעסי אַ קלייד אין אַן אַנדער שוי- פענצטער און זאָגט ליוסי'ן, אַז אָט דאָס קלייד איז אירס. דערנאָכדעם קומט מען אַפן צווייטן טאָג און מען זוכט אין די שוי-פענצטער די קליידער, װאָס זיי האָבן זיך נעכטן אויסגעקליבן. וי גרויס איז די פרייד באַ די דאָזיקע צוויי קינדער, ווען ליוסי'ס קלייד, אָדער בעטי'ס קלייר העננט נאָך אַלץ אין דעמזעלבן שוי-פענצטער.

מאַכט זיך אָבער אַמאָל, ווען זיי טרעפן שוין ניט זייערע קליידער, װאָס זיי האָבן זיך אויסגעקליבן, ווערט מען טרויעריק. און מען ווערט בייז אַף די שלעכטע פרויען, װאָס האָבן צונענומען זייערע שיינע קליידער. אָבער זיי טרייסטן זיך גיך, די אָרעמע מיידלעך פון קלינטאָן סטריט, ווייל אַף פינפטער עוועניו זיינען דאָ גענוג שיינע קליידער און זיי קלייבן זיך שוין אויס נאָך שענערע.

מרים האָט זי נעפּאַטשט אין פּנים אַרין, ליוסי'ן, זי איז געווען פאַר- ביטערט, מרים. די מאַמע איז קראַנק, קאָן ניט אַראָפּקריכן פון בעט. מרים איז אַ נאַנצן טאָג אין דער פינף-און-צעןיסענט קראָם. דאָ דאַרף מען דער מאַמען עפּעס דערלאַנגען, און דאָס שוועסטערל אַנטלויפט פון הויז, אָבער נאָכדעם וי זי האָט זי נוט אָננעשלאָנן, און ליוסי האָט זיך גוט אָנגעװויינט, האָט זיך מּלים צעלאַכט, ווען ליופי האָט איר דערציילט וועגן דעם אויסקלייבן די קליידער אַף פינפטער עוועניו. זי האָט זיך צעלאַכט, מרים, װאָס דאָס קליינע שוועפטער? ווייסט שוין אַזױ געניט און דערפאַרן ווענן אַלעס, װאָס האָט צו טאָן מיט קליידער.

אַ ווייסע קלייד, גום געפּאַסט, האָט זיך ליוסי היינט אויסנעקליבן -- מיט אַ נידעריקן אויסשניט אין די פּלייצעס, באַפּוצט מיט ספּעננעלס, דער פּאַסעק מיט זילבער און פּערל-שטיינער, מיט אַ לאַננגן שמאָלן שלייף, פון די אַקסלען העננען אַראָפּ ווייסע סאַמעטענע בענדלעך, אַפן ברוסט --- אַ רויטע בלום, |

1 ז

שיך האָט זיך ליוסי אויך אויסגעקליבן. זי איז ניט קיין פוילע, ליוסי. אַזױנע שװאַרצע סאַמעטענע שיך מיט זילבערנע קנאַפלען.

אַזױ האָט זי געשילדערט איר אוױיסװאַל צו איר גרויסער שװעסטער מרימ'ען, און זי נעמט זי און שלאַנט נאָר.

װאַרעם וי אַ קאַץ איז דאָס שוועסטערל? ליוסי. קליינינקע בריסטעלעך , האָבן באַ איר שוין אַרױסגעשפּראָצט. פאַר מרימ'ס אויגן װאַקסט אויס די פרוי, און ווען זי טוליעט זיך, דאָס שװועסטערל? ליוסי, צו דער גרויסער שוועסטער אירער, ווער ווייפט װאָס זי קאָן שוין מיינען מיט דעם ? און ווען זי צעלאַכט זיך אינמיטן דערינען, דאָס שוועסטער? ליוסי, און ווינקט מיט די אוינן-רינגעלעך, ווער ווייסט װאָס פאַר אַ געדאַנקען ס'קומען איר שוין אַפן קאָפּ? דאָס ווינקען מיט די איינעלעך, האָט זי זיך שוין אפשר אויס- געלערנט אויבן אַפן פינפטן שטאָק באַ מאַשע'ן. וויפי? מרים שלאָנט זי, אַז זי זאָל אַהינצו ניט קריכן.

יאָ, מרים וועט זי מוזן אַרוױיסדאַטעוען פון דער נאַס. זי דאַרף זי דער- ציען אין לייטישע וועגן. די מאַמע קרעכצט. מרים הויבט זיך אויף פון דיװואן און גייט צו דער מאַמען,

--- װאָס איז דיר, מאַמע ? אפשר צוליינן א הייסן קאָמפּרעס צו די פיס ?

--- יאָ, טאָכטער, אויב דו ווילסט פארדינען א מצוה...

מרים װאַרעמט װאַסער אֵף דעם גאַזדאויוועלע. זי שאַקלט זיך איבערן פייער מיט האַלב-פאַרמאַכטע אויגן. די פלעמלעך, װוי שלעננעלעך מיט פייער- דיקע ציננלעך, לעקן דאָס טעפּל, זיי צישען און שיפּען, די אָנגעצונדענע. גאַזירערן, און מרים הויבט זיך און ווינט זיך אין א שטייענדיקן דרעמל,

} {

די מומע ביילע רעדט איין מרימיען

די מומע פון נואַרק איז געקומען אין אַװנט. די מומע איז שוין פאַרבליבן נעכטיקן אין חויז. ביז פאַרטאָג האָט געברענט דער גאַזירער, און ביז פאַרטאָג איז די מומע נעזעסן מיט איר פּלימעניצע און איינגע'טענה'ט. ליוסי האָט דוקא זיך געצוואוננען ניט איינצושלאַפן, זי האָט געװאָלט הערן ביזן סוף, ווענן װאָס זיי ריידן. אָבער ס'האָט ניט געהאָלפן, זי איז איינ" געשלאָפן.

מרים האָט געוויינט פאַר דער מומע ביילע'ן. ניט וי קיין דערװאַקסענע כלח-מייד?, נאָר װוי אַ קליין קינד.

--- איך וויל ניט, מומע ביילע.

--- איך ווייס, אַז ס'איז דיר שווער, קינד --- האָט די מומע ביילע גערעדט מיט נוטסקייט. --- מיר ווילן אַלע ניט. אָבער מ'מוז, קינד. אַזױ האָס שוין נאָט באַשפאַן די פרוי.

-- אָבער איך האָב ליב אַן אַנדער בחור, --- האָט זיך מרים געבעטן בא דער מומען.

--- יאָ, איך ווייס, קינד. איך האָב אויך ליב געהאַט אַ בחור, אָבער איך האָב ניט חתונה געהאט פאַר דעם, װאָס איך האָב ליב געהאַט. ליב האָבן איז עפּעס אַנדערש און חתונה' האָבן איז עפּעס אַנדערש, מרים טאַכטער.

--- אָבער ער איז מיר פרעמד, מומע ביילע...

--- ער װועט דיר ווערן נאָענט, קינד. מיין מאַן איז מיר געווען פרעמד די ערשטע צייט, און איך האָב אויך געוויינט, פּונקט וי דו וויינסט איצטער. אָבער אַזױ איז שוין אונזער מזל, מרים טאַכטער.

--- אָבער װוי קאָן איך זיך צווינגען ?

--- דאַרפסט זיך ניט צווינגען, קינד. טו דאָס מיט שכל, װעסטו זיך ניט צוויננען. איר װועט האָבן קינדער, וועט דיר זיין ליב דאָס הויז, און ליב דער מאַן און וועסט זיך דערמאַנען אין פריידן דיינע צרות.

--- איך וויל ניט, מומע, כ'וויל ניט.

--- וויין ניט, קינד. טויזנטער מיידלעך װאָלטן זיך געוואונטשן צו זיין אַף דיין פּלאַץ. און דאָס װאָס ער איז אַ ביס? עלטער פון דיר, טאָכטער, שאַדט אויך ניט. פאַרקערט, ס'איז גאָר אַ מעלה,

} 5 {

-- אָ, מומע ביילע 1...

--- פון דיין טובח וועגן טאָכטער, פאַר דיין קראַנקער מאַמען און פאַר די איבעריקע יתומים. און וויסן זאָלסטו, קינד, אַז ס'רעדט צו דיר איצט אַן עלטערער מענטש, װאָס האָט שוין געלעבט מערער פון דיר. איך האָב זיך שוין גענוג אָנגעזען אין לעבן, און איך ווייס, אַז אין אָרעמקייט שטאַרבט אָפּ די ליבע, פאַרקערט, מען ווערט זיך בלוטיקע שונאים, ויין ושע ניט, קינד, ס'וועט דיר נאָך זיין גוט,

ס'וועט איר נאָך זיין גוט, מרימ'ען. אָבער וי אַזױ קאָן איר שוין זיין גוט אָן מאַיקל'ען ? און װאָס אַזױנס הייסט מאַן און ווייב, אַז ס'פאַרבינדט זי נים דער נעפיל פון נרויסער פריינטשאַפט 4 איר טאַטע און מאַמע זיינען זיך אויך געווען פריינט איינער צום אַנדערן.

--- בעסי, אוי, בעסי, -- האָט ער גערופן רער מאַמען, ווען ער האָט געפילט שלעכט,

--- װאָס איז, שמער? ? -- האָט די מאַמע אַלְץ געװאָרפן פון די הענט און געאיילט צום טאַטן. |

--- אַ ביסעלע לופט, בעסי, --- האָט דער טאַטע זיך געקלאָגט פאַר איר,

מרים דערמאָנט זיך נאָך עפּעס. צוריק מיט יאָרן, זי איז נאָך געווען אַ יונג קינד. דער שלאָף האָט זיך דעמאָלט פון איר אָפּנעטאָן. זי האָט זיך צונעהערט צו דער פינצטערניש. אין אַלקערל? האָט דער טאַטע נערעדט צו דער מאַמען. זי האָט געהערט דעם סלאַננג פון קושן זיך. זי איז פאַרציטערט געװאָרן מיט בושה. אַזאַ נרויסע אומפארשטענדלעכקייט פֿאַר איר קינדערשן מוח. זי האָט דאָס נאַכדעם געװאָלט פאַרנעסן, אָבער זי האָט דאָס ניט געקענט פאַרנעסן.

און נאָך אַ פאַל : ווען דער טאַטע האָט נעמוזט בלייבן אין הויז צוליב זיין קראַנקהײיט, האָט די מאַמע געפונען אַרבעט אַלס אונטערקעכין אין אַ רעסטאָראַנדל,. זי האָט זייער שווער נעארבעםט, און באַנאַכט, ווען זי איז געקומען אַהיים און זיך נעזעצט צום טיש, איז איר קאָפּ אַװעקגעפאַלן און זי איז נלייך אייננגעשלאָפן.

--- שטיי אויף, --- וועקט דער טאַטע דער מאַמען מיט אַ געלעכטער. --- שטיי אויף שלאָפן, בעסי.

די מאַמע קאָן אים שוין ניט הערן. זי איז שוין פאַרטאָן אין ווייטע וועלטן. דער טאַטע טאָרעט זי, די מאַמע פילט נאָרניט. שווער האָבן זיך די אוינן פאַרמאַכט און זי קאָן זיי שוין ניט עפענען. דער טאַטע קוֹסט זיך אום אין אַלֶע זייטן, אַקוראַט װוי ער קלייבט זיך אָפּצוטאָן א פאַרברעכן. ער

} 41

ווי? זען, צי די קינדער קוקן, װאָס ער טוט,. די קינדער שלאָפן, אויסער מרימ'ען. אָבער דער טאַטע מיינט, אַז מרים שלאָפט אויך.

דער טאַטע נעמט אָן איר מאַמען באַ דער טאַליע. מיט פאַרמאַכטע אויגן, פּונקט וי אַ פאַרשלאָפן קינד, אַזױ פירט דער טאַטע איר מאַמען צום בעם. אין אַלקער? פאַלט אַװעק די מאַמע אין ווייכן געלענער, אַזױ װי זי שטיים און נייט. דער טאַטע ציט אַראָפּ אירע זאָקן, דעקט זי איין. דערנאָכדעם שפּאַנט זיך אַװעק דער טאַטע אין קיך, דרייט זיך דאָרטן אַרום פון ווינקל צו ווינק? און ברומט זיך אונטער אַ ניגונ'דל.

און װוער איז ער אַזױנער, דער אייב באַרנעץ? פון אַ װאָסער וועלט האָט ער זיך געיאַװעט? און װי אַזױ קאָן מען ווערן נאָענט צו א מאַן, װאָס איז אַזױ פרעמד ? פרעמד מיטן אויסקוק, פרעמד מיט דער אױסשפּראַך, פרעמד מיטן נאַקעטן קאָפּ, פרעמד מיט די װאָנצעס און פרעמד מיט יעדער באַוועגונג,

אוי, װוי די דאָזיקע נאכט פּייניקט זי, מרימ'ען. באַלד װעט שוין בלייך ווערן די פינצטערניש, באַלד װועט שוין דער טראַמװײ אָנהויבן צו קלינגען אין קלינטאָן סטריט, באַלד וועלן רעדער זיך צעטראָסקען איבער די שטיינער, באַלד וועלן די פּעדלער אָנהויבן צו שרייען און אויסרופן זייערע סחורות, באַלד וװעט זי מוזן ניין צו דער אַרבעט אין פינף-און-צען-סענט סטאָר. דאָרטן ריידן שטענדיק די יונגינקע מיידעלעך, די פאַרקויפערינס, וועגן דער דאָזיקער פראַנע. זיי ווילן חתונה האָבן, חתונה האָבן צו רייכע מענער און אויס" געלייזט ווערן פון דער אַרבעט. אַ רייכער מאַן זאָל זיי געבן אַ הויז, גענוג צום עסן, שיינע קליידער און בילעטן אין טעאַטער און אין די מואוויס.

װאָס-זשע זאָל זי טאָן, מרים} אַ לעבן מיט אַ פאַרמענלעכן מאַן, ווינקט צו מרימ'ען און ציט זי צו זיך, אַ פאַרמנלעך לעבן אין אַ געראַם הויז, מיט ליכטיקע ווענט, מיט געראַמע בעטן, מיט קאַלירפולע קאַרפּעטס. מען וארפט אַראָפּ אַלֶע דאנות, מען טרייסלט אִפּ פון זיך די נרויסע משא פון שווערן לעבן, און עמיצער אַנדערש זאָרגט שוין פאַר דיר.

} 1

דער גנב מיטן פינצטערן אוינ

די גראָסערי-פרוי, װאָס האָט געשריען געװאַלד דורכן פענצטער, האָט שוין מורא געהאַט זיך אומקוקן אַף צוריק, צום חל? פון הויז, ערגעץ דאָרטן איז געשטאַנען דער ננב מיט אַ פינצטער אויג.

אַפילן ווען דער פּאָליסמאַן איז אַרײנגעלאָפן אין הויז, האָט זי נאָך אַלץ מורא געהאַט זיך אומצוקוקן אַף צוריק,

--- וי אַזױ האָט אויסנגעזען דער ננב 4 --- וויל דער פּאָליסמאַן וויסן.

--- אוי וויי איז מיר, אַז איך ווייס גאָרניט, -- האָט איר דאָס האַרץ נאָך אַלץ געריסן פון אָרט. --- אַז איך ווייס גאָרניט, אַזוי װי איך שלאָף . . ..

--- געווער מאַינד, וי אַזױ דו שלאָפסט, --- איז דער פּאָליסמאַן אומ- געדולדיק. --- דו דערציי? מיר בעסער נאָכן שלאָף.

זי האָט אָבער ניט געקאָנט אָנהויבן מיטן נאָכן שלאָף. זי האָט געמוזט אָנהויבן אַזױ וי זי שלאָפט,

--- איז אַזױ וי איך שלאָף, פּלוצים דערפי? איך מיר עפּעס ניט נוט אין שלאָף. עס אין מיר מיטאַמאָל קאַלט אין האַרצן. איך עפן פּאַװאָליע די אויגן, אַ מענטש מיט איין אויג קוקט אַף מיר זייער שרעקלעך.

--- מיס איין אויג ? --- ויאונדערט זיך דער פּאָליסמאַן.

--- יאָ, מיט איין אוינ, --- באַשטעטיקט די פרוי מיט איבערצייגונג. --- איז קוקט ער אַף מיר אַזױ אַ וויילע און גיט פּלוצלונג אַ לויף פארביי...

דער פּאָליסמאַן האָט זיך גאָרניט געקאָנט דערוויסן פון איר, װאָס און ווען. מען האָט אָנגעצונדן די גאַזירערן. מען האָט נעזוכט אין אַלע ווינ- קעלעך, אָבער ניטאָ דער גנב. וי אַזױ דער גנב איז אַרױס פון הויז האָט מען גאָרניט געקאָנט זיך פאָרשטעלן. דאָס פענצטער צום פייער-לייטער איז פאַרשלאָסן, פון די איבעריקע פענצטער האָט ער זיכער ניט געקאָנט אַרױס, וויי? ער װאָלט נגעווען צעשמעטערט געװאָרן.

--- האָט ער עפּעס באַ דיר צונע'גנב'עט ? קוק זיך אַרום און זע װאָס עס פעלט דיר. --- װויל דער פּאַליסמאַן פאַרצייכענען אין זיין ביכעלע ווענן

דער פּאַסירונג. קוקט זי זיך אַרום און עס פעלט איר גאָרניט. זי קאָן ניט וויסן, װאָס

} 1

אַזױנס מען האָט באַ איר צוגע'ננב'עט. זי איז אַזױ צעמישט, אַז זי ווייסט נאָרניט. זי ווייסט נאָר, אַז ;

--- אַזױ וי איך שלאָף, פּלוצלונג דערפיל איך מיר עפּעס ניט נוט אין שלאָף. עס ווערט מיר מיטאַמאָל נאָר קאַלט אין האַרצן... און אַזױי ווייטער און ווייטער.

די גאַזילאָמפּן האָבן שוין געברענט אין דעם הויז ביז אינדערפרי. אַ שכנה האָט מיט איר געמוזט בלייבן אין הויז, ווייל אין יעדער ווינקעלע איז נעלענן פאַרבאַהאַלטן דער גנב מיטן פינצטערן אויג. אונטערן בעט איז נעלענן דער גנב, אונטערן טיש, אַפילן אין שופלאָד איז געװען אַ גנב. זי האָט מורא נגעהאט גיין עפענען דעם שופלאָד, וֶוען זי האָט געדאַרפט אַרויס- נעמען אַ האַנטוך.

--- איז װאָס זשע האָט ער בא אייך צונע'גנב'עט ? -- וויל אויך וויסן די פרוי.

--- איך ווייס גאָרניט. אַזױ וי איך שלאָף, ווערם מיר עפּעס ניט נוט..,

אינדערפרי, װוי אַזױ נאָר די שכנה איז אַועק צוריק צו איר וואוינונג, איז פּלוצלונג דאָס נאַנצע הויז ווידער דורכגעשניטן נעװאָרן פון אויבן ביז אַראָפּ מיט אַ האַרץ-רייסנדיקן געשריי פון דער זעלבער פרוי. האָבן די שכנים אָנגעהויבן לויפן אַפן פינפטן שטאָק. מען האָט געמיינט, אַז אפשר אין איצט דער גנב אַרױס פון זיין באַהעלטעניש. אָבער ניט דאָס איז נעווען די אורזאך. אַ בייט? מיט פיר און דרייסיק דאָלאר האָט מען באַ איר צונע- ננב'עט. זי האָט זיך ערשט איצטער געכאַפּט, און דערפאַר יאָמערט זי אַזוֹי.

---- וויי איזן מיר און ווינד איז מיר, די נאַנצע טאָנ-לייזונג, בלוטיקע נעלטער, איך האָב אָבער געוואוסט, אַז עס פעלט מיר עפּעס, וויי? װוי איך ניי אַזױ צו צום דרעסער און גיב אַ קוֹס . . .

} 89 {1

וי אַזױ מויש האָט פאַרטאָן זיין חלק ננבה

אַלע פּנימ'ער מיט די שרייענדיקע העלזער אין די פענצטער פון יענעם פאַרשאָלטענעם הויז זיינען געווען פּונקט וי פּנימ'ער פון חיות צו די דאָזיקע פינף געיאָגטע איננלעך. פיינטלעכע פּנימ'ער האָבן געשריען און געליאַרעמט אַף זייערע לעבנס. אַלֶע האָבן געװאָלט ברענגען אַף זיי אומנליק. אָבער די פינף חברה'לייט האָב זיך אַרױקנעראַטעװעט פון דעם דאָזיקן פאַרשאָלטענעם הויף, אַריינגעלאָפן אין אַ ליידיקן קעלער, פון קעלער אִֵף אַן אַנדער גאַס, פון דאָרטן אַף נאָך אַן אַנדערער גאָס, און מען איז שוין זיכער. אָבער וואו איז לואי ? זיינע שיך זיינען דאָ, אָבער ער אין ניטאָ. מען האָט זיי ניט אַװעקנעװאָרפן, די שיך. מען האָט זיי מיטנעטראָנן מיט זיך, װוי א טייערן אָנדענק נאָך דעם ליבן חבר, װאָס איז געפאַננען געװאָרן פון די מענטשן מיט די שרייענדיקע צעקרימטע פּנימ'ער.

טאָם-טאָם-דראַם, טאַם-טאָם-טאַם -- װאַקסט אויס לואי אינמיטן דערינען און קלאַפּט אויס מיט די פיס אין די זאָקן זיין באַליבטן טאַנץ. ער אין דאָ,. בעניטאָ האָט זיך אַרױפנעװאָרפן אַף אים, און אים נאָס געמאַכט דאָס נאַנצע פּנים מיט זיינע קושן. אַפילו מאיק האָט אים ארומגעכאפּט, דעם געראָטענעם לואי'ן, דעם העלד,

ער האָט געוואוסט וואו די חברים דאַרפן זיך נעפינען. מען האָט טאַקע אַזױ פריער אָפּנעמאַכט צווישן זיך, אַז אויב ס'איז , טראָבל" און מען דאַרף זיך צעלויפן, זאָל מען זיך טרעפן אַלע אונטערן בריק, אונטער אַ געביידע מיט אַ בלינדער ואַנט,

--- וי אַזוייזשע האָסטו דאָס נעמאַכט ? --- וויל בעניטאָ וויסן,

--- גאַנץ פּשוט, --- ציט לואי אַרױף אֵף זיך זיינע שיך. -- איך האָב מיך אַרױסגעשפּאַנט דורך דער טיר,

יאָ, ער האָט אַרױיסנעשפּאַנט דורך דער טיר, אויפגערוקט דאָס סייטעלע און אַראָפּ מיט די טרעפּ. ווען ער איז שוין געווען אַף דער נאָס, ערשט ער ניט אַ קוק --- א , קאַפּ" (פּאָליסמאַן).

-- אַ קאַפּ? -- דערשרעקט זיך בוטשי.

--- איז װאָס-זשע איז, אַז ס'אַ קאַפּ 4 --- ווערט לואי ניט נתפּעל, -- אָט בין איך דאָ. |

101

פיר און דרייסיק דאָלאַר -- אַ גאַנצער אוצר, מען האָט זיך צעטיילט גלייך אַף נלייך. מען האָט אַפילו לואי'ז געװאָלט געבן אַ נרעסערן חלק, האָט ער זיך באַליידיקט, לואי, און פּראָטעסטירט. ער ויל ניש זיין קיין אויסנאַם. ווייל היינט גייט ער, מאָרנן װעט זיין אַן אַנדערער,

--- ניין, חברה, דאָס וועט ניט גיין. װער, מיינט איר, בין איך אייך ? --- האָט לואי זיך געקאָכט.

דערפאַר האָט שוין מויש געגעסן. אַ נאַנצע װאָך האָט ער געהאַלטן אין איין עסן. גענעסן צוזאמען מיט דער חברה און אָן דער חברה. ער האָט זיך פאַרנונען איצט אַלע די דאָזיקע נעשמאַקע זאַכן באַ די פּעדלערס אַה די פּושקאַרטס און אין די שוי-פענצטער פון די רעסטאָראַנען. אַלע געשמאַקע זאַכן, װאָס ער האָט זיי אַלֶע יאָרן געזען מיט די אויגן, אָבער דערגרייכן זיי האָט ער ניט געקאַנט. באַזונדערס האָט ער ליב געהט זיך אַריינצוכאַפֿן איינער אַליין, אָן דער חברה, צו , שימעלע'ס קנישן" רעסטאָראַן אַף האַוסטאָן סטריט. די דאָזיקע שימעלע'ס קנישעס זיינען געווען אַ גרויס נאַשערײ פֿאַר די קינדער פון דעם געגנט. קנישעס פון קאַרטאָפּלעס, קנישעס פון קעז און פון רייז, און פון קאַשע, און פון װאָס ניט ?

די פּרישטשעס אֵף זיין פּנים זיינען נעװאָרן לייטישער. זיי זיינען נגע- װאָרן בלאַסעד און רואיקער. ניט אַזױנע רויטע און סטראַשנע. ליוסי'ן האָט ער געגעבן אַ נאַנצן קװאָדער, אָבער ליוסי האָט זיך ניט געגלויבט, ווען ער האָט אויסנעשטרעקט צו איר זיין האַנט מיטן קװאָדער. זי האָט געמיינט, ליוסי, אַז ער רייצט זיך מיט איר, און אַז זי װעט וועלן אים נעמען, װעט ער פאַרמאַכן די האַנט. נאָכדעם וי ליוסי האָט שוין גענומען דעם קװאָדער, איז זי נאָך אַכץ ניט געווען זיכער מיט אים. אַ נאַנצן טאָג האָט ליוסי גע- האַלטן באַ זיך דעם קװאָדער און מורא געהאַט אים אויסצונעבן. זי האָט דערװאַרט יעדע מינוט, אַז איר ברודער װעט קומען און אים מאַנען צוריק, און װעט זי נאָך שלאָגן אויך אויב זי װעט ניט װעלן אָפּנעבן. איז איר געווען שווער די דאָזיקע גרויסע מטבעה. עפּעס אַ פרעמדער קװאָדער, װאָם . מען מוז זיך האַלטן מיט אים און קיין נחת פאַרשאַפט ער ניט. ביז זי איז געפאַלן אַף אַ קונץ. אָ, ליוסי האָט וואונדערבאַרע איינפאַלן אַזױנע. זי איז צוגענאַנגען צו איר ברודער און אים געזאָגט:

--- דו ווייסט, מויש, װאָס איך האָב געקויפט פאַרן קװאָדער ?

-- װאָס ? --- האָט איר ברודער גוטמוטיק זי איבערגעפרעגט.

--- פינף אייזדקרימס האָב איך מיר געקויפט, --- האָט ליוסי מיטאַמאָל אויסגעשאָסן, און אירע איינעלעך---ריננעלעך זיינען געגאַנגען כאַדאָראָם,

} 1

צו זען, װאָס פאַר אַן איינדרוק אירע רייד האָבן נעמאַכט אַף איר ברודער, -- גאַנצע פונף אייז-קרימס 4 --- האָט זיך מויש צעלאַכט, --- יאָ, גאַנצע פינף אייזיקרימס, --- האָט זיך ליוסי אויך צעלאַכט. האָבן זיי ביידע געלאַכט און געלאַכט. זיי האָבן זיך אזש געהאלטן באַ די זייטן פון געלעכטער. |

{ גע |

בענעדיקט וויינבערג און דער גאַניק

ס'איז שוין נאָענט צו הארבסט, די װאַל-קאַמפּאַניעס פון די צויי הויפּט-פּאַרטײען אַף דער איסט-סאיד, די סאַציאַליסטישע און די דעמאָר קראַטשיע, צעוויקלען זיך שטורמישע און פייערדיקע. ביידע פּאַרטײען רודערן אויף אַלע גאַסן, מיט ליטעראטור, מיט מיטינגען, מיט פּערזענלעכע קאָנטאַקטן,

בשעת די װאַל-קאַמפּאַניע האָט זיך אָנגעפאַנגען, האָט וויינבערג כסדר געזוכט מיטלען, וי אַזױ פּאפּולער צו מאַכן זיין נאָמען צוישן די אידן פון דער איסט-סאיד.. איז אים דעמאָלט איינגעפאַלן די דאָזיקע אידייע ועגן דעם נאַניק. אֵף קלינטאָן סטריט האָט ער געדונגען א גאַניק. צוליב דעם גאַניק האָט ער שוין אויך געמוזט דינגען אַ צימער.

די גאַנצע לענג פון גאַניק האָט ער באַהאַנגען מיט אַ גרויסער ריזיקער בילד פון זיין איינענער ווייניקייט, און אונטן, אונטערן בילד, אנגעשריבן אין אידיש און אין ענגליש: ,ערוויילט פאַר אַסעמבלימאַן דיזען ערלעכען מאַן". אָבער ניט אַף אַרויסצוהענגען דאָס בילר האָט בעגעדיקט ויינבערג געדאַרפט דעם גאַניק. ער האָט אים געדאַרפט האָבן פאַר גאָר אַן אַנדער צוועק. ער האָט דעם צימער, װאָס ער האָט דאָרטן געדונגען, אויך געדאַרפט פאַר נאָר אַ באַזונדערן צוועק.

אַ פּאָר װאָכן איז דער צימער געשטאַנען ליידיק, און דער קאַנדידאַם פאַר אַסעמבלימאַן האָט אַפילן אַהינצו ניט אַריינגעשמעקט. נים אֵף צו נעכטיקן האָט ער געדאַרפט האָבן דעם צימער,. ער האָט ברוך-השם וואו צו נעכטיקן. אין איסטערן פּאַרקװעי האָט ער אַזאַ פיינע און געראַמע היים, מים אַזא טייערער ווייב און נאָך טייערערע קינדערלעך. אָבער איינמאָל אַ פאַר- נאַכט איז געקומען בענעדיקט וויינבערג אין זיין געדונגענעם צימער אַף קלינטאָן סטריט, זייער העפלעך זיך באַנריסט מיט דער מיסעס וויינבלאַט, די ווירטן, און געזאָנט, אַז ער איז אַזױ מיד, אוי, וי מיד ער איז, און ער דענקט, אַז ער װועט זיך נלייך גיין ליינן שלאָפן. צוליב דעם טאַקע האָט ער זיך מיט" געבראַכט אַ פּעקעלע : פּאַדזשאַמעס, אַ שלאָף-ראָק און שטעק"שיך.

די מיסעס וויינבלאַט האָט זיך אַפילן געוואונדערט, װאָס אַזױ פרי, און ער וויל זיך שוין לייגן שלאָפן, אָבער אַז ער איז אַזױ מיד, און אַ רעכט

} {

אַה זיין צימער האָט ער דאָך אויך, איזן אדרבא. האָט מען שוין דאָרטן אין דעם הויז געשפּאַנט אַף די שפּיץ-פינגער, און ווען אַ קינד האָט אָנגעהויבן טומלען, האָט מען צוגעליינט א פיננער :

-- שישיש ! מיסטער וויינבערג שלאַפט,

מיסטער וויינבערג איז נראָד ניט געשלאָפֿן, און מיד איז ער אויך ניט געווען. פאַרקערט, אַלע זיינע חושים זיינען געווען ואַך. נים נאָר האָבן זיינע אויערן זיך צוגעהערט צוֹם אינדרויסן, נאָר אַפילו זיין האלז און נאַקן האָט זיך צונעהערט, און די אויגן האָבן זיך צונעהערט, אין ראָזעוװע פּאַ- דזשאַמעס מיט גרינע שטרייפן איז ער זיך געלענן אַפן בעט און געווען וואַך צום אינדרויסן. מילא, װאָס קאָן מען טאָן, אַ פֹּאֶר שטונדן פרדייוויליקע געפענגעניש װועט אים ניט שאַטן,. און דערנאַכדעם, אַז אַלֶעס וועט אַריבער, אַזױ וי ער האָט אױסגעפּלאַנעװעט, װעט ער זיך פאָרן אַהיים צו זיין ליבער ווייב און צו זיינע טייערע קינדערלעך, און מען װעט זיך שוין ערשט דעמאָלט גוט אויסרוען.

אין דערזעלבער צייט, ווען בענעדיקט וויינבערנ האַלט אין , שלאָפן" אַזױ געשמאַק, קומט פאָר אין קלינטאָן האָל אַ גרויסער סאַציאַליסטישער װאַל-מיטינג. דער קאַנדידאַט פאַר אַסעמבלימאַן אַליין דאַרף דאָרטן ריידן פאַר די פֿאַרזאַמלטע. דער קאַנדידאַט פאַר אַסעמבלימאַן, נענאָסע קאַדיק, איז געווען דעמאָלט זייער פּאָפּולער אין דעם געגנט. ער איז געווען פארבונדן מיט איינער פון די איינפלוסרייכסטע צייטונגען פון יענער צייט. פילע אימיגראַנטן האָב אים נאָך געקאָנט פון דער היים. ער האָט גע'שמ'ט אין אַ גאַנצער גובערניע. אַ פייערדיקער פירער געווען נאָך אין דער אַלטער היים. אין אַמעריקע האָט ער די ערשטע צייט נאָך אָנגעהאַלטן דעם רעואַ- לוציאַנערן אימפּעט, די אידעאַליסטישקײט, און די מאַסן האָבן אים זייער ליב געהאַט. שפּעטער מיט יאָרן, ווען ער האָט נעקראָגן זייער אַ גוטע שטעלע אין דער דאָזיקער איינפלוסרייכער אידישער צייטונג, מיט וועלכער ער איז געווען פאַרבונדן, אַ שטעלע מיט זייער א גרויסן נעהאַלט, האָט ער פאַרלוירן זיין רעװאָלוציאָנערן געװויסן, און די מאַסן האָבן זיך אָפּנעקערט פון אים. אָפּנעקערט מיט װייטיק און געהאַט פיל פאַרדרוס, װאָס אַזא פייאיקער פירער און בריליאַנטענער רעדנער איז פאַר זיי פאַרלוירן געגאַנגען.

יענעם אַװונט האָט מען געהאַלטן אין איין שטראָמען פוֹן אַלע נאַסן אין קלינטאָן האָל. דער גרויסער זאָל איז אינניכן געװאָרן איבערנעפּאַקט און מען האָט נעמוזט פאַרשליסן די טירן פאַר נאָך גרעסערע מאַסן, װאָס האָבן שוין ניט געקאַנט אַריינניין אינעװוייניק.

} 1

אָבער מאיק מיט זיין חברה זיינען שוין נראָד יאָ געווען אינעװוייניק. דער שעריף פון האָל מיט דעם נראָבן בויך, װאָס איז געווען אַ באַרימטע פּערזענלעכקייט אין קלינטאָן סטריט, און װאָס האָט געקאָנט אַכטונג געבן אֵף אַ גרויסן מאָסן-מיטינג, ער זאָל דורכגיין אין אַרדענונג, האָט באַ דעם מיטינג נראָד אַלץ פאַרקוקט, ער האָט אַפילְן געזען, װי מאַיק מיט דער חברה האָבן זיך דורכגענליטשט, און דער שעריף איז געווען זיכער, אַז זיי האָבן עפּעס מיט זיך אין די קעשענעס. אָבער װאָס קאָן מען טאָן ? אַז מען גיט אַ וואונק פון אויבן, מען זאָל זיך ניט מאַכן װיסנדיק, מאַכט ער זיך טאַקע ניט וויסנדיק, |

מיט שטורמישע אַװאַציעס האָט מען אויפגענומען גענאָסע קאַדיק'ן. ער איז אַרויס אַזאַ אנגענעמער צו די מאַסן, אַזאַ באַצױבערנדיקער. פילע האָבן אים געזען צום ערשטן מאָל, אָבער זיין נאָמען האָבן זיי געקאָנם נאָך פון דער חיים. באַ פילע איז ער געווען אַ לעגענדאַרע פּערזענלעבקייט, א- מענטש, װאָס האָט צוליב זיין רעװאלוציאָנערער טעטיקייט אין יאָר 1909 געהאַט מערער מאַכט אין זיין שטאָט, װי די רעגירונג אַליין. איצטער שטייט ער פאַר זיי אַן אנגענעמער, אַ געלאַסענער, און הויבט אָן זיין רעדע מיט אַ קיל קול, אַ פרישע קילע שטימע, װאָס צעװואַרעמט זיך, ווערט פייער- דיקער און שטורמישער, װאָס כאַפּט אָרום יעדן איינעם. ס'איז שטיל אין זאַל, אַלֶּע מענטשן --- איין אויער. אינמיטן דערינען הויבט זיך אויף אַ בחור מיט אַן אָפּנעריסענעם אויער. בלויז פון זיין אויפהויבן זיך האָט מען געקאַנט דערקאָנען, אַז דאָס איז אַ שטערערישער מענגטש.

--- פיט דאון ! -- האָבן אַלע אָנגעהויבן שרייען אַף אים,

מאַיק קוקט אַף דעם גאַנצן עולם חוצפּה'דיק און בייז. זיינע ברעמען נעמען זיך צונויף מיט שלעכטסקייט און דער שטיקל פון זיין אָפּגעביסענעם אויער הויבט אָן צו פייערן. |

--- סיט דאַון, סיט דאַון ! --- טופּעט מען מיט די פים.

--- איך ווי? עפּעס פרעגן דעם מיסטער רעדנער, --- גיט ער אַ שפּרונג- אונטער און שרייט אַריבער זיינע ווערטער העכער פון אַלע אויסגעשרייען.

--- סיט דאון ! סיט דאַון ! | |

-- זאָל ער פרענן, זאָל ער פרעגן ! -- רעוועט בוטשי איבערן גאַנצן זאַל, און עס האַלטן אים אונטער אַלע איבעריקע חברה, געדונגענע פון דער דעמאַקראַטישער פּאַרטײ פאַר דעמזעלבן צוועק.

עמיצער איז געלאָפן רופן דעם שעריף, אָבער דער שעריף איז גראָך איצט ניטאָ. אָט נאָר װאָס, ערשט-אָ, פריער געווען, אָבער גראָד איצט איז

ער ניטאָ. | { 8 }

די חברח-לייט װאַרפן שטולן. עס ווערט אַ מהומה, א געדראַנג. היימי אָבער שטייט אָן א זייט. ער האָט דאָ אַ באַזונדערע מיסיע און ער װארט נאָך צו אַ ויילע. די קאָמיטע-לײיט װאַרפן זיך אַף די שלענער. פילע אַרבעטער, דערצאָרנט פון די אריינדרינגער, לויפן מיט בענקלעך אין דער הויך. די שוואַכערע לויפן אינדרויסן, אָבער די גרויסע מערחייט בלייבט נאָך,

--- צעבלוטיקט זיי, צע'מזיק'ט זיי! --- שרייט מען פון אַלע זייטן.

-- באַהערשט זיך, גיט זיי ניט קיין געלעגנהייט, --- קלאַפּט דער רעדנער מיט אַ הילצערנעם האַמער איבערן טיש.

דעם רעדנער'ס קול ווערט אָבער פאַרלוירן אין דעם גרויסן געדראַנג און געווירבל?. איז פּלוצלונג גיט היימי עפּעס אַ לאָז אַראָפּ מיט קראפט אַף דער ערד און א שטיקנדיקער רויך הויבט זיך אויף אין דער לופטן און צעשפּרײיט זיך איבערן גאַנצן דושנעם זאַל. איצטער לויפן שוין אַלֶע. מען ניסט, מען הוסט, מען שטיקט זיך, ס'טרערן די אויגן. מען טרעט איבער קעפּ, די טיר איז צו קליין פאַר דעם גרויסן געדראַנג,

מען יאָנט פון סקלינטאָן האָל אַף דער גאָס אַרויס. אַפילו אֵף דער פרישער לופט בייסט נאָך אַלץ אין די נאָזלעכער אוֹן הונדערטער מענטשן ניסן און הוסטן, אין דער מינוט פאָרט אָן אַ טראָק מיט פּויקן און מיט טרובעס, און מיט ברענענדיקע שטורקאַטשן. אַ פריילעכער בחור פון טראָק מיט אַ ברענענדיקן שטורקאַטש אין דער האַנט רופט דעם עולם צום נעקסטן בלאָק :

--- קומט, לַאָמיר אַלע גיין צו דער הויז וואו בענעדיקט וויינבערג וואוינט, --- שרייט ער צום עולם. --- ער איז איינער פון אונזעריקע. ער אין אזא אָרעמער מענטש פּונקט וי איר אלֶע. לאָמיר אים אַרויסרופן פון זיין הויז, ער זאָל ריידן צו אונז. ער וואוינט ניט אין קיין רייכן געגנט, וי דער פאַציאַליסטישער קאַנדידאַט מר. קאַדיק, װאָס קומט צו אונז פון דער פינפטער עוועניו אף דער איסט-סאַיד און זאָגט כלומרשם, אַז ער איז איינער פון אונזערע. קומט צו דעם ריכטיקן מאַן, צו דעם מאַן וועמען אַלע האָבן ליב.

--- קום, דו לויזער ! --- פטראַשעט מאַיק אַ פּעדלער פון קלינטאָן סטריט.

-- קוֹם, דו סאָנאָװאַ... -- דראָעט בוטשי דעם קרעמער פון פרויען- אונטערוועש. -- קום! אַז ניט, דערלאַנג איך. |

-- קום ! --- וויל בוטשי שלאָגן אַן אַנדער אידן.

-- קומט מיט אונז, -- פאָכעט דער פריילעכער בחור פון טראָק מיט זיין ברענענדיקן שטורקאאטש.

די מוזיק שפּילט א לוסטיקן מאַרש. די נאַסן-קינדער שרייען הור"ר-אַ

} 1

און ס'ציט זיך אַ גאַנצע פּראָצעסיע פון אידן, אייניקע מיט געװאַלד געשלעפּט, אייניקע פרייוויליק צוליב ניינעריקייט וועגן, אייניקע פאַרכאַפּט פון דער מוזיק און פון די ברענענדיקע שטורקאַטשעס און אייניקע, װאָס האָבן טאַקע געהאַלטן פון בענעדיקט וויינבערג'ן.

בענעדיקט וויינבערג ווי? נעבעך אַזױ שטאַרק שלאָפן. ער איז אַזױ מיד, און די וועלט , באַדערט? אים, די וועלט. מען שרייט פון דער גאַס :

--- מיר ווילן בענעדיקט וויינבערג'ן ! מיר ווילן בענעדיקט וויינבערג'ן !

קלאַפּט די פרוי פון הויז באַ בענעדיקט'ן אין טיר :

--- מיסטער וויינבערג, מיסטער וויינבערג !

-- הא ? -- מאַכט ער פון דאָרטן אַ פאַרשלאָפענער. --- װאָס איז, װאָס איז נעשען ?

--- מר. וויינבערג, --- לאָזט אים וויסן די מרס. װיינבלאַט, -- דער עולם וויל? אייך. מען װויל איר זאָלט אַרױסנײן צו זיי.

--- אַפילן שלאָפן לאָזט מען מיך אויך ניט, -- געניצט אַרױס פון דאָרטן מר. וויינבערג מיט פאַרדרום.

בעט זיך באַ אים נעבעך רחמים די פרוי, אַז ער זאָל איר פּערזענלעך טאָן אַ טובה און אַרױסנײן צו די מענטשן. מען װעט איר נאָך דאָס הויז צעטראָנן. נו, זעט שוין מיסטער וויינבערג איין, אַז ס'וועט אים גאָרנישט ניט העלפן, מוז ער נעבעך שוין אַרױסנײן. אין גרינעם שלאָפּראָק, אַרױם- געטאָן אַף די פּאַדזשאַמעס, נייט ער אַרוס אַ באַשײידענער און פאַרשעמטער און זאָנט צום עולם :

--- עקסקיוז מי.

--- הורראַ ! --- יובלט דער עולם, --- הורראַ !

ער געפעלט דעם עולם אויך אין שלאָף-ראָק. אַן אמת'ער פריינט פון פאָלק, וואוינט זיך אין זייער גאַס, יל נעבעך שלאָפן.

--- הוררא, הורראַ !

שטילט זיי איין מר. וויינבערג מיט זיין לייטיש הענטעלע, בויגט זיך איבער פון גאַניק צו דער גאַנצער מאַסע אונטן און פאַרענטפערט זיך פאַר זיי,. זאָלן זיינע ליבע פדיינט אים אַנטשולדיקן פאַר זיין הולך, ווייל ער איז מיד פון אַ נאַנצן טאָג אַרומלויפן --- טאָן טובות דער וועלט.

--- איר ווייסט דאָך, אַן אָרעמער פּעדלער ווערט אַרעסטירט פאַר נאָר- נישט, קאָן מען דאָך ניט לאָזן קיין אידן שמאַכטן אין געפענגעניש, און נאָך דאָרטן קלייניקייטן. און דאָס װאָס איר זיינט אַלע נעקומען צו מיר,

{ זפ }

פרייט מיך זייער און זייער, אָבער איך שעם זיך פאַר אייך, גלייך פון בעט אַרױיס.

דערנאָכדעם, אַז ער האָט זיך שוין גוט פאַרענטפערט פאַרן עולם, בענע- דיקט וויינבערג, האָט ער ערשט געהאַלטן אַ דרשה פאַר זיי. פון אַלֶע אָפענע פענצטער אין די טענעמענט-הייזער אַנטקענגן און פון די נאָענטע הייזער האָס נעהערט זיין רעדע, און צו דער באַנייסטערונג אין נאָרניט געװען קיין סוף,

| 08 {

וי אַזױ אייב באַרנעץ איז אַנטלאָפּן קיין אַמעריקע

ניט מרים אין אים געקומען צו חלום, אייב באַרנעצ'ן, יענע נאַכט, נאָר אַניוטאַ איז אים געקומען צו חלום. אַ מאָדנער חלום אַזאַ און אַניוטאַ איז גאָר אַ פּאַסירונג פון זיינע ווייטע פארגעסענע קינדער-יאָרן,. דער חלום איז געווען אַזא משונה'דיקער.

יענעם אָװונט איז אים די מומע ביילע געקומען זאָגן, אַז ער זאָל נאָך אַ מאָל גיין פּרובירן, אפשר וועט עס ניין. נאָכדעם, אַז ער האָט זיך געלייגט שלאָפן אַ נליקלעכער, טראַכטנדיק וועגן מרימ'ען, איז אַלצדינג צעדרייט געװאָרן, און ס'האָט זיך באַקומען אַזא מאָדנעקייט.

אַניוטאַ איז אים געקומען צו חלום, מיט דעם לאַנגן געהאָרכזאַמען האַלז, מיט מענטשלעכע אוינן האָט זי געקוקט אַף אים. זי האָט אַרויפגעלײײנגט דעם האַלז אַף זיינעם און דער רוקן באַ איר האָט אויפנעציטערט,

54 + + + 5 4

אַ שווערע קינדהייס האָט געהאָט דער אייב באַרנעץ, אַ געיאָגטער װאָלף. ער האָט שטענדיק זיך געריכט אַף קלעפּ, פייוויש דער רויטער, זיין באַלעבאָס, האָט אים געשלאָנן, פרעמדע באַלענאָלעס האָבן אים געשלאָגן. דער זשאַנ- דאַר אַף דער סטאנציע האָט אים געשלאָנן. אַלע האָבן אים געשלאָנן פאַר זיין מיאוס'ער טבע צו נגנב'ענען. נע'גנב'עט האָט ער קלייניקייטן. די הויפּט- שװואַכקײיט זיינע איז געווען צו קאָלבאַס, פעטער קאָלבאַס. טאַקע מיט אַ קאַלבאַס האָט אים אַ דיקער קאָלבאַסניק געשלאָגן. אים נאָכגעלאָפן איבערן גאַנצן מאַרק און אים געשלאָנן מיטן קאָלבאַס איבערן קאָפּ. אַן ער איז אומנעפאַלן, אברחמ'?, האָט אים דער קאָלבאַסניק אויפגעהויבן און אים ווייטער נעשלאָגן,. געשלאָנן אין פּנים אַריין און נעשריען :

-- נאַ טאָבי קאָלבאַס! אָט האָסטו דיר קאָלבאַס, אָט האָסטו דיר !

פון דעמאָלט אָן איז שוין זיין צונאָמען געווען ,קאָלבאַס", אין אַמעריקע אָבער, האָט אים שוין קיינער ניט גערופן , קאָלבאַס", אַ חוץ איינמאָל אַף פּרינץ סטריט האָט אים באַגעגנט אַ לאַנדסמאַן און אַ געשריי געטאָן צו אים :

-- וועמען זע איך ? אברהמ'עלע קאָלבאַס !

איז ער אַנטלאָפן פון זיין לאַנדסמאַן, אייב באַרנעץ. אַװעקנעיאָגט זייער שנעל,

1991

אייב באַרנעץ איזן אַלס קינד געבליבן א קיילעכדיקער יתום. ער איז דערצויגן געװאָרן אין אַ שטאַל באַ פייוויש דעם רויטן צװוישן די פערד, אַן אונטערשמייסער געווען באַ פייוויש דעם רויטן, דערפאַר איז אים אַזױ ליב דער ריח פון פערד. אינעם ריח פון פערד איז ער אַזױ געשמאַק געשלאָפן און געזיפצט פון מידקייט. מיטן ריח פון פערד האָט ער געגעסן מיט גרויס טעם ברויט מיט קנאָבל. ער פאַרשטייט די שפּראַך פון פערד נאָך בעסער, װוי די מענטשלעכע שפּראַך. ער קאָן זיך מים זיי גוט אויס'טענה'ן. מען דאַרף גאָרנישט ניט פאַרמאָגן קיין סך וװוערטער. מיט דער האַנט קאָן ער צו זיי ריידן. מיט אַ גלעט איבערן רוקן. מיט אַ טאַפּ איבערן בייבל,

אַניוטאַ האָט אים ניט נערופן ‏ אברהמ'עלע קאָלבאַס". זי האָם אים געלעקט די האַנט, געלעקט דאָס פּנים און אין די אויגן. אַ שקאַפּסעלע מיט דינע פיסלעך און מיט אַ לאַנגן געהאָרכזאַמען האַלז. אַ האַלז אַזאַ, װאָס האָט געקוקט צו דער ערד, אַניוטאַ האָט קיינמאָל ניט פארריסן דעם האַלז, וי אַנדערע פערד טוען, ווען זיי דראָדלען זיך אָן, ווען זיי ווערן מיטאַמאָל שטאָלץ און ווילד, טרייסלען מיט די גריוועס און נעמען זיך איבער. זי האָט זיך קיינמאָל ניט איבערגענומען, אַניוטאַ, און איז געלאָפן אין שפּאַן זייער געהאָרכזאַם און געטריי.

אַ געל שקאַפּקעלע מיט ווייסע פלעקן צווישן די אויגן, לויפט זיך מיט חנ'עוודיקע טריט,. און ער, אברהמ'עלע, זיצט אַפן רוקן און שפּריננט אונטער, ער גלעט איר האַלז און מאַכט :

--- אֶליאַ, אַליאַ.

זי פאַרשטייט זיין ,,אליאַ" און זי פילט זיך גוט, דאָס שקאַפּקעלע זיינס. ער ווייסט, אברהמ'ל, אַז זי פילט זיך גוט. פון דעם לייכטן אויפציטערן אין רוסן, ווייסט ער שוין אַז זי איז פול מיט נחת-רוח.

--- ניוטאָטשקע, קראַסאַװיצע מיינע, -- האָט ער זי גערופן.

אַז מען האָט פאַרקויפט די קראַסאַװיצע זיינע, איז אים באַפאַלן אזא אומעט. ער האָט געוויינט מים טרערן נאָך זיין אַניטאָטשקע'ן, וי נאָך אַ געטרייער שוועסטער. מען האָט זי פאַרקויפט אין א ווייטער שטאָט,

אברחמ'ל האָט אונטערגעצונדן פייוויש דעם רויטנ'ס הויז, זיין באַלעבאָס' הויז, אַװעקנעלאָזן מיטן רויך. אַ גרויסער פייער איז דעמאָלט געווען. ער האָט אַרױיסגע'גנב'עט פון א שופלאָד דאָס גאַנצע געלט, פייוויש'ס, און אַנטלאָפן, אַז ער איז שוין געווען אַפן װאָקזאַל, האָט דאָס הויז נאָך גע- האַלטן אין בדענען. דער פייער פון ברענענדיקן הויז האָט זיך מיט אים געזעגנט. א שיינער פייער געווען. אַז די באַן האָט זיך גערירט און זיך

} 1

געלאָוט לויפן אין דער ווייטער וועלט מיט אים, מיט אברהמ'לען, האָט ער נאָך לאַנג, לאַנג געזען דעם פייער,

ער איז געװאָרן אַ לייט אין אַמעריקע. אָנגעהויבן מיט איין פּאָר פערד און אַ װאָנן. געפירט פרוכטן צו פאַרקויפן אין די קריסטלעבע געגענטן. געפירט פיש, קאַרטאָפ? און גרינװאַרג. זיי האָבן אים דאָרטן ליב באַקומען, די קריסטלעכע פרויען. קיינער האָט אים שוין ניט גערופן ,אברהמ'עלע קאָלבאַס". קיינער האָט אים שוין ניט געשלאָגן. מען האָט אים שוין גערופן ,מיסטער באַרנעץ", פאַרקירצט פון , באַרנעצקי".

און אַז עס האָט אים אָנגעהויבן צו גיין נוט אין אַמעריקע, האָט ער זיך געדונגען אַן אַרויסהעלפער. נאָכדעם, אַז אים איז גענאַננען נאָך בעסער, האָט ער איבערגעגעבן דעם אַרויסהעלפער דעם גאַנצן װאָגן מיט די פערד, און אַליין האָט ער פאַר זיך געקויפט אַן אַנדער װאָגן מיט אַ פּאַר פערד. דערנאָכדעם האָט אים אָנגעהויבן צו גיין דורך טיר און טויער, און ער האָט דערגרייכט דאָס, װאָס ער פאַרמאָגט איצט,

אַף צוויי בלאָק ציט זיך זיין רייכטום --- פּושקאַרטס, און וועגענער, און פערד.

+ 4 + ֿ + +

+ 9 + + 3

ניט מרים איז אים געקומען צו חלום, אייב באַרנעצ'ן, יענע נאַכט, נאָר אַניוטאַ נאָר איז אים געקומען צו חלום. אַ מאָדנער חלום אַזאַ, און אַניוטאַ איז נאָר אַ דערמאָנונג פון זיינע ווייטע פאַרגעסענע קינדער-יאָרן.

אַניוטאַ איז אים געקומען צו חלום, ס'שקאַפּקעלע זיינס, מיט דעם גע- האָרכזאַמען האלז, מיט מענטשלעכע אוינן, האָט זי געקוקט אַףּ אים. זי האָט אַרויפנעליינט דעם האַלז אֵף זיינעם און דער רוקן האָט באַ איר אויפנע- ציטערט. |

אַז ער האָט זיך אױיפגעכאַפּט אינמיטן דער נאַכט מיט אַ גרויס פּלאַטער- ניש, האָט אייב באַרנעץ ניט פאַרשטאַנען װאָס ס'טוט זיך דאָ מיט אים,

} 1 1

מרים גייט אין וואװולװאָירטס צום לעצטן מאָל

דער פרימאָרגן זינגט היינט צו מרימ'ען. איר לאַנגער ווייסער האַלז איז פול מיט זון,. אירע קופּער-רויטע האר כװאַליען זיך ליכטיקע און אוים- געלאָפענע. זי גייט היינט, מרים, זיך באַפרייען. צום לעצטן מאָל גייט זי אַהינצו, צו דעם פינף-און-צעז-סענט סטאָר. זי װעט זאָגן דאָרטן אין סטאָר, אַז זי גייט אַװעק, און זי װעט באַקומען איר נעצאָלט. דערנאָך וװעט זי אַװעקגיין ערגעץ אין אַ פּאַרק, זיך צולייגן אַפן גרינעם גראָז און דערפילן די גרויסע פרייד פון באַפרייאונג. דער ליבער בחור מאַיקל האָט זי ניט געקאַנט באַפּרײיען פון פינף-און-צען-סענט סטאָר-שקלאַפערײי. אַן אַנדערער באַ- פרייט זי. אַ פרעמדער, אַ ווייטער. זאָל דערוויי?ל זיין געבענטשט דער פרעמדער און דער ווייטער פאַר דער טובה, װאָס ער טוט צו איר, מרימ'ען, און צו איר קראַנקער מאַמען און צו דער נאַנצער משפּחה. די מומע ביילע איז פארט גערעכט, אָט מאַכם זי שוין דעם ערשטן טריט פון אַ ניי לעבן.

מ-מ-מ ! --- זינגט זיך אונטער מרים און אירע קופּער-רויטע האָר צע- ווייען זיך, באַשיינגט פון דער שטויביקער זון פוֹן דעם קלינטאָן-סטריט פרי- מאָרגן,. מ-מ-מ ! -- מאַכט זי און יל זיך גריסן צו דעם פּעדלער פון קעמעלעך, װאָס שטייט אַ פאַר'דאגה'טער לעבן זיין פּושקאַרט,

-- א נום מאָרגן אייך, מיסטער מאַכליס ! --- גריסט זי זיך טאַקע צום פּעדלער.

-- אַ גוט מאָרגן, אַ גוט יאָר אַף דיר אויך, --- וואונדערט זיך דער פּעדלער פון קעמעלעך, װאָס פּלוצלונג אינמיטן דערינען זאָגט זי אים א גוט מאָרגן.

-- אַ גוט מאָרגן, מיסעס געלמאַן ! --- נוינט זי זיך אויך פאַר דער פּעדלערקע פון זון-קערלעך.

-- א גוט מאָרגן, אַ גוס יאָר, --- וואונדערט זיך אויך די פּעדלערקע פון זוןדקערלעך. |

אַ גוט מאָרגן ! --- נױיגט זי זיך צום גאַסן-רײניקער און וייסט ניט זיין נאָמען.

-- א גוט מאָרגן, --- זאָגט דער נאַסן-רייניקער מיט א האַלב מויל, און מיינט, אַז די דאָזיקע שיינע, יונגע מייד? מאַכט חוזק פון אים,

} 1

קיינער זאָגט ניט קיין , גוט מאָרגן" צו אַ גאַסן-רייניקער, צו אַ מענטשן פון אַלע מיסטן, פון אַלֶע שמוצן און פון אַלֶע פאַרפוילטע און קאַליע זאַכן. און דאָ זאָגט אים אַ מייד? א נוט מאָרגן" און ער קאָן זי אַפילו ניט. זי שטעלט זיך אָפּ, די מייד?, צו סוקן װי ער לאָזט דעם שטראָם װאַסער פון דער נומענער קישקע, איבער די פאַרשטױבטע שטיינער פון דער גאַס. מרים האָט ליב צו זען, וי װאַסער לויפט, וי װאַסער יאָגט און שלענגלט זיך און פאַרקערעוועט זיך, װי אַ לעבעדיקע זאַך.

מיידלעך פון איר עלטער לויפן מיט רינע פיס און מיט יאָגנדיקע פּלייצעס. פּונקט וי די מענער לויפן זיי מיט אַ זייט, כדי בעסער זיך אונטעראיילן. מרים זעט ניט זייערע פּנימ'ער, זי זעט בלויז אַ טייל פון האַלז און נאַקן, אַ טייל פון א באַק און יאָגנדיקע, כװאַליענדיקע קליידלעך אַף שמאָלע דינע פים,

זי קאָן זיך איצט אָפּשטעלן און קוקן װי עס לויפן אירע שוועסטער און ברידער אַרױף, אַרוף, אַף די טרעפּ פון עלעװייטאָר. שיך מיט די הויכע אָפּצאַסן און פלאַטערנדיקע קליידלעך פון אַלע קאָלירן לויפן אַרױף די טרעפּ. שיך מיט ברייטע נעזער און מיט ציטערנדיקע הויזן לויפן אַרױף, אַרויף די טרעפּ. זיי ווערן פאַרלאָרן אין די טירן, ווערן פאַרשלונגען אין יאָגנ- דיקע באַנען מיט פענצטערלעך לויכטנדיסע פון דער פאַרשטויבטער זון. עס נעמט גאָרניט קיין עק און עס נעמט גאָרניט קיין סוף. פון האָוסטאָן סטריט, פון סטענטאָן סטריט, פון לודלאָוו סטריט און פון עלען סטריט. זיי האָבן איבערנעלאָזט, די מיידלעך, צעקנייטשטע בעטן, קאַליע ריחות פון אַ גאַנצער אָפּנעשלאָפענער נאַכט, ברודיקע ווענט מיט שטיקלעך זון פון פרימאָרגן, ניט-ידערטרונסענע גלעזער קאַװע, ניטידערעסענע שטיקלעך בייג? מיט שאָלעבץ פון מאַראַנצן, צעשויבערטע מאַמעס אין צעקנייטשטע נאַכט-העמדער, קליינע ברידערלעך און שוועסטערלעך אין די בעטן, מיט נאַקעטע פיסלעך, צעדרייטע בענקלעך מיט אָנגעוואלנערטע קליידער, נגערוועזע זייגערס און שפּעטנדיקע שפּינלען.

אַ נאַנצע שטאָט לויפט און זי, מרים, שטייט. אפשר איז ניט גוט אַזױ ? וי קען מען זיך פרייען איינע אַליין? ס'קאָן איר אויך פאַרשטערט וערן די פרייד, ווען זי דערמאַנט זיך אָן דעם שמייכעלע אַף לאַנגע װאָנצעס, מיט אַ נאַקעטן קאָפּ. ס'קאָן איר ווערן אומעטיק...

זי שטעלט זיך אָפּ, מרים, אֵף דער צווייטער עוועניו, פּונקט אַנטקעגן דעם פּלאַץ וואו זי האָט פיר יאָר נעשקלאַפט, צעבראַכן אירע פינגער פון קלינגען איין רעדזשיסטער, צעצוינן די אָדערן פון אירע פים, שטייענדיק

} 1

גאַנצע טענ פאַרן טיש מיט די אויסגעשטעלטע פחורות, נעמאַכט טרערן אירע אוינן פון אַרומלויפן מיט זיי איבער דער גאַנצער לענג פון טיש.

אַ רויטע נגלעזערנע שילד מיט בלויע בוכשטאבן און ס'שטייט אָננע- שריבן : , וואולװואָירטס פינף-און-צען-סענט סטאָר". זי וואונדערט זיך, מרים, װאָס בלויז די דאָזיקע ווערטער זיינען פאַראַן אֵף דער שילד, און זי האָט געמיינט, אַז ס'זיינען נאָר אויסגעמאָלן די פחורות : פלעשעלעך פּאַר- פיום מיט קעסטעלעך פּױדער, מיט ליפּסטיקלעך, מיט פארשיידענע זייפן, צעצויגענע טעג מיט אַ הויכער סטעליע, צעדרייטע אויגן מיט זוכנדיקע הענט, טירן װאָס דרייען זיך אָן אַן אָפּשטעל, אַ גרויסער רעדזשיסטער מיט טויזנטער ניקעלעך און דאַימס, פאַר'חלש'טע פאַרנאַכטן, ווען מען איז שוין אָפּנע- שװאַכט פון הוננער און אין די אוינן שווינדלט. צעשראָקענע פּנימ'ער, ווען מען ציילט איבער דאָס אָפּנעלײיזטע געלט, ווען מען ניט דאָס אַװעק אין דער צענטראַלער קאַסע.

זי האָט זיך שוין פאַרשפּעטיקט, מרים. זאָל זי נאָר אַריין אינעװייניק און אים גלייך זאָגן, דעם פאַרוואַלטער פון קראָם, זאָל זי װאָס גיכער איבער- קומען, װועט זי שוין איננאנצן זיין פריי,

ער לאָזט זיך צו איר, דער פאַרװאַלטער פון קראָם. שוין עטלעכע מינוט, אַז ס'קאָכט אין אים דער כעס, אַ טיש שטייט ליידיק. פרויען קומען שוין קויפן, און זי אין קוים אַריינגעקומען. זיינע קאַלטע גרינע אויגן צאָרענען. זיין פּנים דריקט אויס אַזױ פיל פאָרוואורף, אַז מרים דאַרף זיך דערפילן זייער און זייער שולדיק. זי דאַרף זיך שעמען, מרים, אַראָפּלאָזן די אויגן און ציטערן, לאַכט זי אָבער צו אים, מיט ווייסע ציין און מיט גרויסע שיינענדיקע אויגן לאַכט זי צו אים.

זי האָט געזאָגט :

--- כ'גיי אַװעק, מיסטער קרייד. --- און מרימ'ען דוכט זיך, אַז אין קראָם איז מיטאַמאָל געװאָרן זייער שטי?, אַלֶע מענטשן האָבן אויסגעדרייט די פּנימ'ער צוֹ איר, אַזױ האָט זיך איר אויסנעדאַכט. אַפילו די וענט האָבן זיך צונעהערט, װאָס זי װאַגט צו זאָגן אַזױנע עזות'דיקע רייד: , איך גיי אַװעק פונדאַנען, מיסטער קרייך."

א הערשער קאָן דער פאַרװאַלטער זיין נאָר דעמאָלט, ווען מען דאַרף צו אים אָנקומען. קאָן ער זיך בייזערן, קאָן ער טופּען מיט די פיס, אָבער אַז מען דאַרף אים שוין ניט האָבן, איז ער מאַכטלאָז, אַ געוויינטלעכער מענטש. ס'לעשט זיך אויס באַ אים דער צאָרן, די כעס'דיקע ליפּן. אויס האַר, אַ בלאַסער מאַן פאַר אָט-דער מיידל. אָבער דערפאַר קאָן ער זי נאָך

} 1

אַ ביס? פאַרהאַלטן, ער װועט איר ניט אױסצאָלן, ביז ער געפינט אַן אַנדער מייד? אף איר פּלאַץ. און זאָל זי דערווייל שטעלן זיך צום טיש.

מרימ'ען איז שווער. אַזױ פי? יאָרן געהאַט געדולד אין דער קראָם. איצטער האָט זי שוין ניט קיין געדולד, אָבער זי שטעלט זיך צום טיש. סום ווידער אָן די גאַנצע שוועריקייט און אָנגעשטרענגטקייט : יעס, אַ ניקעלע, פיינער ליפּסטיק. קליק און טיק.

שפּעט אין טאָג ווייזט זיך שוין אויס מרימ'ען, אַז זי װועט זיך שוין פון דעם פּלאַץ קיינמאָל ניט קאָנען באַפּרײען. אייביק װעם זי שוין דאָ מוזן שטיין, אַזױ איז שוין איר גור?, געפאַנגען פון דעם טומל, פון דער אייביקער פּראָצעסיע ווייבער, װאָס האַלטן זיך אין איין דרייען אַרום די טישן. דער פאַרװאַלטער היט זי איצטער מערער װוי שטענדיק. ער קוקט נאָך יעדן ניקעלע, װאָס זי קלינגט אִפּ אין דער קאַסע. איצטער, אַז ס'איז איר שוין אַלצאיינס, קאָן זי נאָך פאַרשלעפן וואולוואירט'ס אַ פּאַר ניקעלעך. מרים שעמט זיך און עס פאַרדריסט איר, װאָס מען קוקט איר אַזױ שטאַרק נאָך. אָבער אט ייט דער פאַרװאלטער מיט א מיירל. מיט ניט-זיכערע טריט שפּאַנט נאָך דאָס נייע מייד? נאָך דעם פאַרװאַלטער. מיט אַן אויס- געצוינענעם האַלז, מיט שרעקנדיקע וויעס. זי פּינטלט מיט די אויגן. ס'דאַכט זיך איר אויס, דער נייער מיידל, אַן אַלע קוקן אַףּ איר און מאַכן חוזק. אַ בלאַסע מיידל מיט שיטערע נעלע האָר, מיט אַ דינעם האַלז, מיט זומער- שפּריינקלעך אַפן פּנים. אַן איירישע אָפּגעצערטע מייד? מיט מאָגערע הענטלעך. אַזױ איז אויך מרים געגאַננען מיט פיר יאָר צוריק נאָך דעם פאַרװאַלטער, זי האָט געציטערט און געשעמט זיך. ס'האָט זיך איר אויסנעוויזן, אַז אַלע לאַכן פון איר, און ס'איז איר געווען זייער אומבאַקוועם.

זי שמייכלט צו דער נייער מיידל. די נייע מיידל ווייסט ניט, צי דאָם שמייכלט מען צו איר צוליב פריינטשאַפּט ווענן, צי דאָס מאַכט מען אַזױ חוזק פון איר,. זי איז אָנגעצוױיגן, די נייע מיידל. זי שפּאַנט אַף גלאָז. זי קלינגט אַפּן רעדזשיסטער מיט מורא. יעדעס מאָל, ווען דער רעדזשיסטער טוט אַ שפּרונג אַרױס, ניט איר אַ טיאָכקע אין האַרצן.

מרים קאָן שוין גיין. די מיידלעך אִדּום די טישן ווייסן שוין, אַז זי ווערט באַפּרײט, אַז זי גייט חתונח האָבן. דרייען זי אַלע אויס די פּנימ'ער צו איר. צווישן איין קלונג און צווייטן אַפן רעדזשיסטער, דרייען זיי אויס די פּנימ'ער צו איר און זיינען איר מקנא. אָבער ניט קיין בייזוויליקע קנאה. מען באַנריסט זי מיט אַ וואונק פון די אוינן. מען ווינטשעוועם איר נליק שטומערחייט. הלואי דערלעבן זיי שוין איר שטאַנד. דערווייל קושט מען

} 5 1

זיך און מען האַלזט זיך מיט די בחורים אין די פּאַרקס. ס'איז אַ קושן און א האַלזן זיך בלויז לשם קושן און האַלזן זיך, ווייל חתונה האָבן מיט זיי וועלן זיי ניט, די דאָזיקע בחורים. זיי זיינען אָרעמע איננלעך, זייערע יוגנט-פריינט, געוואקסן צוזאַמען, רייף געװאָרן צוזאַמען. קושט מען זיך, האַלזט מען זיך. ס'איז ניט זייער ריכטיקער , אידעאַל", גיט קיין קאַנדידאַטן פאַר חתונה האָבן, ניט אַזעלכע װאָס קאָנען באַפרײיען פון דער שווערער אַרבעט, װאָס קאָנען געבן עסן, שיכן און קליידן. זיי נויטיקן זיך נעבעך אַליין אין די אַלֶע גוטע זאַכן.

גריסן זיי מרימ'ען שטומערהייט, די מיידלעך, און מרימ'ען טוט ויי דאָס האַרץ פאַר זיי. איר פרייהייט איז שוין איצט ניט אַזױ פריידיק פאַר איר. איינע אַליין גיים זי אַרױס פוֹן דער דאָזיסער טומלדיקער קראָם. זי בלייבט שטיין אינדרויסן, אַן אָפּנעװואױנטע פון דער גאָס אין א מיטן העלן טאָג, אַן אויסגעריסענע פון איר װאָרצל. די גאַנצע געזעלשאַפט אירע איז געבליבן איגעװייניק דאָרטן אין קראֵם, זי איז שוין איצטער אויסער דער דאָזיקער געזעלשאַפט. זי ווייסט ניט װאָס צו טאָן, מרים, צו ניין אָדער בלייבן שטיין ? וואוהין װעט זי גיין ? און צוליב װאָס זאָל זי בלייבן שטיין ?

} 1

דער ערשטער האַלד-אָפּ

מויש קאָן ניט מיטגיין. זיין שוועסטער מרים האָט חתונה היינט אַוונט, ,אַ דזשי", גראָד אין דעם אֶװונט פאַרגלוסט זיך איר חתונה צו האָבן. ער איז פאַרצווייפלט, מויש. ער װעט אפשר איננאַנצן אַ שפּיי טאָן א די אַלע צערעמאָניעס, און ער װעט מיטגיין.

--- ניין, מויש, דו ניי צוריק, --- באַפעלט מאַיק.

|--- אַן אייגענע שוועסטער האָט חתונה, זיי זשע ניט קיין חזיר, --- מוסר'ט אים היימי.

-- באָט דזשי, -- איז מויש בייז.

ער מוז נעבעך אַהיים גיין. ער גייט שוין אִפּ אַ שטיק פון בלאָק, קוקט ער זיך אום מיט נרויס בענקשאַפּט צו די חברים זיינע, װאָס נייען איצט אָפּטאָן אַ װויכטיק שטיק? אַרבעט, און ער דאָרטן, אַף אַ חתונה נאָר,

דער האָלד-אָפּ, װאָס די חברה האָבן פאַרטראַכט, איז ניט גלאַט אַזױ געבוירן געװאָרן פון דער העלער הויט. אַרױיפגעבראַכט אֶַף דער דאָזיקער אידייע האָט דער רעװאָלװער. דער רעװאָלװער, װאָס אַרקעלע דער אָדעסער האָט פאַרקויפט מאַיק'ן. ס'הייסט, ניט פאַרקויפט נאָר אויסגעביטן פאַר אַ פּאַק מאַנטלען, װאָס די חברח האָבן אַרױסגעשלעפּט פון אַ קראָם.

-- נאַ, -- האָט אַרקעלע געמאַבט צו מאַיק'ן, -- ס'איז נאָך בעסער פון נעלט, ווייל אָט דאָס שפּייער? מאַכט אַלֵיין געלט,

אַן אמת'ער רעװאָלװער. די חברה נאַפן און שטוינען. ער נייט איבער פון האַנט צו האַנט. יעדער איינער האָט געהאָט דעם כבוד צו האַלטן אַ ביסעלע דעם רעװאָלװער אין די הענט. װי ליבהאָבער פון מאַלערײ באַ- טראַכטן אַ קונסט-ווערק, מיט אַ מין הײיליקן ציטער, באַטראַכטן זיי, די חברה, אָט-דעם שטאָלענעם מחבל. מען קוקט אַריין אינעוייניק אין די לעכלעך, וואו עס שטעקן די טויטלעכע שטיקלעך מיט די שװאַרצע שפּיצעכיקע קעםּ- לעך. מען גלעט דעם שטאָל, יעדער איינער פּרואװט האַלטן ס'הענטל, אַזױ וי די גענגסטער האַלטן דאָס אין די מואוויס.

בוטשי האָט אים מורא צו נעמען אין די הענט אַרײן. ס'ווערט אים קאַלט אין בויך בלויז קוקנדיק אַף דעם. נאָר וייל ער האָט אַזױי מורא,

} 7 {

נעמט ער אים גראַדע יאָ אין די הענט אריין -- כמעט װי מיט פאַרמאַכטע אויגן, אַז עס דויערט אַ ווייל און בוטשי געוואוינט זיך צו צום אֶנריר פון דער קאַלטער שטאָלענער זאַך, ניט אַ שלאָג אין זיין פּנים אַ היסטערישער קוראַזש,. די אוינן ווערן ווילד און צעלויפן זיך בלוטיקע. ער צילעוועט אַף מאַיק'ן, וי אַן אמת'ער מערדער. גיט מאַיק אַפילו ניט קיין פּינט? מיט קיין אויג. קאַלטבלוטיק ניט ער זיך אַ מאַך :

--- פאָרזיכטיק, בוטשי, ס'איז געלאָדן.

בעניטאָ, דער סענטימענטאַלער איטאַליענישער בחור'ל, האָט אים אַ קוש געטאָן, דעם רעװאָלװער, גענלעט און נעמאַבט :

-- א, אַ, פװויטהאַרט, סװויטהאַרט.

היימי, ווען זיין ריי איז נגעקומען צו האַלטן דעם רעװאָלװער באַ זיך אין די הענט, האָט זיך נאָר צונעקלעפּט צו דעם. ס'האָט אים געגעבן אַ סך שטאַרקייט, דאָס דאָזיקע שטיק שטאָל מיט די טויטלעכע קוילן. ער, היימי, װאָס איז ניט אַזאַ נכור פון דער נאַטור, האָט אַ באַזונדער שװאַכקײיט בא- קומען צו דעם רעװאָלװער. ער האָט שוין ניט געװאָלט דאָס אָפּנעבן צוריק.

--- גיב דאָס מיר, מאַיק, לאָז דאָס זיין באַ מיר. װאָס אַרט דיך ? --- האָט זיך חיימי געבעטן,

מאַיק האָט אים געגעבן אַ פליק אין פּנים אַריין און היימי האָט אים נעמוזט דאָס נלייך אָפּנעבן.

אַ רעװאָלװער --- אַ צויכערלאַכע זאַך פאַר פילע קינדער פון דער איסט- סאַיד. קליינערהייט שפּילט מען זיך מיט בלייענע פּיסטאָלס, װאָס מען קויפט פאַר אַ ניקל אין קענדי-סטאָר, און מען חלומ'ט, אַז מען וועם ווערן גרויס, וועט מען זען צו קריגן אמת'ע רעװאָלװערס. די קלינטאַנער זעקס חברה זיינען שוין געװאָרן גרויס און דער חלום איז טאַקע צוביסלעך פאַרווירקלעכט געװאָרן. בלויז איין רעװאָלװער פאַרמאָנן זיי דערווייל. אָבער דערנאַכדעם וועלן קומען נאָך.

ווען מויש'ס ריי איז נעקומען צו נעמען דעם רעװאָלוװער אין די הענט אַריין, איז זיין פּנים מיט די פּרישטשעס פינצטער געװאָרן, זיינע איינעלעך האָבן זיך פאַרשמעלערט. ער האָט אַ קריץ נעטאָן מיט די ציין און אַרײינ- געקלאַמערט זיך אין הענטל מיט אַ געעװאַלדיקער ברוטאליטעט, בלויז דער באַריר מיט אָט דער זאַך האָט אים נעצונדן אין גרויסער רציחה.

לואי אָבער האָט זיך דערפילט ניט גוט. ניט פון מורא, נאָר ס'האָט אים אָפּגעפרױירן די האַנט, אָט די קאַלטע, פיינטלעכע האַנט. ער איז זייער אַ פילבאַרער, אָט דער לואי, און ער האָט נגעװאָרפן אַן אומ'חן אֵף דעם

} {

דאָזיקן פאַרניכטער פון מענטשלעכע לעבנס. פאַרשטייט זיך, אַז קיינער האָט ניט באַמערקט זיין שװואַכקײט. ער האָט װי עס איז אָנגעשטעלט א מינע פון הפקרות,

האָט מויש נעבעך געמוזט גיין אַחיים צו דער חתונה און אַלע פינף גוטע פריינט זיינע האָבן זיך אַװעקנעלאָזט אַף זייער אַ געפערלעכער אונטער- נעמונג, |

מאַיק איז ניט געווען בלאָס. מיט זיכערע טריט איז ער זיך געגאַנגען פאָראויס און לייכט אונטערגעווינט זיינע פלינקע פלייצעס. די איבעריקע פיר האָט פאַרפעלט אָטעם. א פּאָליסמאַן איז נעשטאַנען אַּ דעלענסי, קאָרנער קלינטאָן, האָבן זיי זיך דערשראָקן פאַר אים. זיי האָבן מורא געהאַט אַ קוק צו טאָן אַף אים : טאָמער װועט ער גלייך דערקענען, וואוהין זיי גייען. באַ בוטשי'ן האָבן געציטערט די קני, און ער האָט געפילט, װי זיינע רגלים וועלן זיך באַלד אַ צעפאָר טאָן און ער װעט בלייבן זיצן אַה די שטיינער פון דער גאַס. בעניטאָ האָט פון גרויס מורא גענומען און גאָר געשמייבלט 'מיט גרויסע ווייסע ציין. אַ בלאַס פּנים און ס'שמייכלט זיך. לואי'ן אין געווען שטאַרק אומהיימלעך. עס האָט זיך אים שטאַרק געװאָלט אומקערן צוריק. לואי האָט זיך ניט געשראָקן. ווען ער האָט געדאַרפט קריכן צו דער גראָסערי-פרוי אין פענצטער, האָט ער דאָס געטאָן מיט נגרויס אַמביציע. ס'איז באַ אים נגעווען װוי אַ ספּאָרט. אָבער איצטער איז אים עפּעס געװאָרן זייער אומבאַקװעם. היימי האָט זיך צעחוסט אינמיטן דערינען. ס'איז אים פּלוצלונג באַפאַלן די אַסטמע און ער האָט ניט געקאָנט אָטעמען. מאַיק האָט אים שוין געװאָלט איבערלאָזן, האָט היימי זיך באַליידיקט און ער איזן זיי נאָכגעלאָפן אַ הוסטנדיקער.

זי גייען, די חברה, איבער דעם ויליאַמסבורגער בריק. ס'אין אַזאַ לאַנגער בריק און בוטשי'ן ווילט זיך, אַז ער זאָל זיך ציען נאָך לענגער, דער בריק. ער שטעלט זיך נאָר עפּעס אִפּ אינמיטן דערינען און קוקט אַף די הויכע פאַרנעפּלטע מויערן.

--- אויב דו האָסט געקראָגן קאַלטע פיס, זאָג --- ניט מאיק אַ בוכטשע

בוטשי'ן.

--- ווער, איך ? --- באַליידיקט זיך געװאַלדיק בוטשי. -- איך האָב געקראָנן קאַלטע פיס ?

--- קום-זשע און מאַך ניט קיין מאָנקי-ביונעס ! -- גיט מאַיק 8 זאָג

שאַרף און בייז. האָט זיך שוין בוטשי מערער ניט אָפּנעשטעלט, זיך געלאָזט פאָראויס

} 9 {

שנעל און גיך, געשפּאַנט זייער ענערניש, וי ער װאָלט שטארס קיין צייט ניט געהאט.

די פינף חברה זיינען פאַרקראָכן קיין װויליאַמסבורג אַף אַ זייטיקער גאַם. אַ שטילע נאָס. מאַשינען פאָרן דאָרטן זעלטן דורך. קיין פּאָליסמאַן זעם מען דאָ ניט. ס'איז פאַרנאַכט. דער עולם עסט איצט סאַפּער. אַ גראָסערימאַן זיצט זיך איצט איינער אַליין אין זיין קראָם,

די פינף קלינטאַנער שמעסן אַרום דעם בלאָק. זיי שפּאַנען זיך דורך אַהין און צוריק. מען װאַרפט אוינן אין אלע זייטן.

מאַיק, מיט אַ נאָזטיכ? אַרומנעבונדן א האַלב פּנים ;די קעפּקע זיינע אָנגערוקט טיף איבער דעם אָפּנעריסענעם שטיק? אויער, האַלט זיין רעװאָלוער אויסנעשטרעקט צום גראַסערימאַן און הייסט אים אויפהייבן די הענט אין דער הויך. היימי שטייט הינטער מאַיק'ן אויך מיט אַ פאַרבונדן פּנים און אַן אָנגערוקטער קעפּקע. חיימי איז בייז און גװאַלדיק אומצופרידן, װאָס יענער טוט ניט אַזױ גיך, װאָס מען הייסט אים. ער האַלט די האַנט אין דער קעשענע, װוי ער װאָלט אויך נעהאַלטן דאָרטן אַ שפּייער, און איז היסטעריש, ס'ציטערט אים אַ באַק. ער שרייט אַפן גראַָסערימאַן :

--- סטיק דעם אַפּ, סטיק דעם אַפּ, יו בעסטאַרד !

בעניטאָ שטייט אֵף דער שװוע? פון דער טיר און לאַכט נאָר מיט גרויסע ווייסע ציין,. זיינע אוינן צעפאָרענע, זיין שטערן נאס און ער לאַכט מיט אַ בלוטלאָז פּנים. ס'גאַנצע בלוט איז אַנטלאָפן אין האַלז אַריין.

לואי שטייט אַפן ראָג און קוקט אֵף דער גאָס. בוטשי דרייט זיך פאַר דער קראָם און האָט מורא אויסצודרייען דעם קאָפּ צו דער טיר, וואן אינעווייניק קומט פאָר די שרעקלעכע זאַך,

ס'חלש'ן אים, דעם גראָסערימאַן, די הענט. זיי קאָנען אים ניט דינען. ער קאָן זיי ניט אויפהויבן.

--- נו, דאָרט, שנעלער מאַך דאָס! -- גִיט אים מאֵיק אַ שטורך מיטן הענטל פון רעװאָלװער.

דער דאָזיקער איד, װאָס האָט פאַר שרעק ניט געקאָנט אויפהויבן אַ האַנט, איז זייער טויטלעכער שונא. יעדע מינוט אין דאָ אַ וועלט-איבער- קערעניש בא זיי. אַזױנע גרויסע האַמערס קלאַפּן אין די שלייפן. דאָס בלוט גליווערט. די לופט איז הייס און ס'ברענט אין די נאָזלעכער. די אויגן טרערן און זיי זיינען צעמישט. די מיילער זיינען אויסגעקרימט. די פיס ווילן זיך אָפּרייסן פון דער ערד און פליען. דער אונטערשטער טיי? קאָפּ שמאַרצט, דער האַלז ברעכט פון דרייען אים אַהין און צוריק. זיי האָבן גאר אינגאַנצן

} 1

סיין צייט ניט, מאַיק מיט היימי'ן, און דאָ דער גראַסערימאַן מים זיין ניט וועלן אויפהויבן די הענט, פאַרהאַלט זיי גאָר אַזױ אומנעלומפּערט.

יענער האָט פּשוט ניט געקאָנט אויפהויבן די הענט. ער האָט זיך ניט נעקאַנט אויפשטעלן אַף די פיס. דער גאַנצער קערפּער איז אים פּאַראַליזירט נעװאָרן.

היימי, דער ניכטערסטער פון זיי אַלֶע, האָט אַ טראַכט געטאָן בליציק- שנעל, אַז ס'איז ניט נויטיק גראָד, אַז דער איד זאָל אויפהויבן די הענט. ס'קאָן זיין אָן דעם, אויב יענער איז אַזױ איבערגעשראָקן. האָט ער נלייך געגעבן אַ שפּרונג צום רעדזשיסטער, אַ קוועטש געטאָן דאָרטן וואן מען דאַרף, און ס'איז אַרױסגעשפּרונגען אַ קעסטל פול מיט זילבער און מיט נרינע פּאַפּירלעך. היימי האָט שנעל געכאַפּט פולע זשמעניעס פון דאָרטן, אָבער וויפי? ער האָס געכאַפּט, איז נאָך אַלץ צען מאָל אַזױ פיל געבליבן, און דאָ האָט ער נאָר קיין צייט ניט, אַז ער איילט זיך אַ סכנות.

פּלוצלונג אַ פייף פון דער גאַס : פ-י-ודו! דאָס איז בוטשי'ס סיגנאַל, אין איין אויגנבליק און די חברה האָבן אויסגעטריקנט. ס'האָט געדויערט אַ מינוט, ביז דער גראָסערימאן האָט פאַרשטאַנען, אַז זיי זיינען פּלוצלונג . נישטאָ. ערשט דעמאָלט האָט ער אָננעהויבן צו שרייען מיט אַ דורכגעלעכערטן נעשריי :

--- ה--ע- 7 -8---ט 4 .

--- ה---ע--5--9---ט ! . .,

} 11

צו מיינע ברידער פון קלינטאַן סטדיט

,צו מיינע ברידער פון קלינטאָן סטריט? -- מאַיקל'ס ערשטע פיד, װאָס איז געווען אָפּנעדרוקט שווארץ אַף ווייס אין דעם זשורנאל , מעסעס". זיין טאַטע חיים ווייסט שוין פוֹן דעם. דער טאטע האָט איבערגעלייענט די ליד. דרייט זיך אים דער קאָפּ פון זיין זונ'ס דערפאָלג, פּונקט וי ער װאָלט אויסגעטרונקען אַ נלעזעלע שטאַרקן שנאַפּס. ער זיצט איבער זיין אַרבעט, מיט אַן אָנגעבוינענעם האַלז און מיט אַ שפּאַקטיוו אין אויג. זיין זון מאַיקל זיצט אויך לעבן אים מיט אַן אָנגעבוינענעם האַלז און מיט אַ שפּאַקטיו אין אויג. דער טאַטע וויל אַלעמאָל אויסדרייען זיין קאָפּ און אַ קוק טאָן אַף זיין זון. ער טוט דאָס אָבער ניט, כדי דער זון זאָל זיך צופיל ניט איבער- נעמען. די פרייד פלאַמט באַם טאַטן אין זיין האַלז אוֹן נאַקן. אַ רויטער, פריידיקער האַלז. ער וועְט איבערלאָזן אַ זון, װאָס װעט גיין אין זיינע וועגן. זיינע אַלע פאַרגאַנגענע יאָרן וועלן פאַרקערפּערט ווערן אין דעם זון זיינעם. אין דעם ביימל, װאָס האָט אַרױיסגעשפּראָצט פון אים און הייסט מאַיקפ.

עס זינגט זיך דעם טאַטן. ער ברומט אונטער אַ רוסישע רעװאָלוציאָנערע ליד, װאָס ער האָט געזוננען צוזאַמען מיט די פּאָליטישע אַרעסטירטע אֵף די סיבירער שנייען :‏ וויכרי װוראַזשדעבניע וועיוט נאד נאַמי", ס'אַָרט אים שוֹין ניט, חיימ'ען, לאָזן ווינטן ווייען, לאָזן שטורעמס צאָרנען. אין שטורעם איז אויסגעוואקסן אַ קינד, װאָס װעט שוין ניין ווייטער. אֶך, וי די מאַמע װעראַ װועט זיך דאָס פרייען ! די מאַמע מיט די זיידענע ווייסע האר און מיט די יונגע ברוינע אוינן. אַ לעבן דורכגעמאַכט צוזאַמען, און עס האָט זיך אָפּנעטײלט פון זייער בלוט אַ קערנדל, ס'קערנד? איז געוואקסן און גע- טראָגן אַלע גוטע אייגנשאַפּטן פון טאַטע-מאַמע. ,וויכרי נאַד נאַמי וואִיוט אי וועיוט".

און מאַיקל? מאַיקל שרייבט שוין אַ צווייטע ליד אין זיין געדאַנק. שנעל גייט צו דאָס שאַפן פון דער נייער ליד. ער רופט אין דער ליד אַלע אַרבעטער זיי זאָלן גיין מיט אים, זאָלן גיין מיט מאַיקל'ען. זאָלן אַרױסנײין אַלע אַף אַ ברייטן סקווער, מיט די רויטע פאָנען זאָלן זיי גיין.

אָ, װי מרים װועט זיך פרייען, ווען זי װעט דערזען שװוארץ אַף ווייס דאָס װאָס זיי קאָנען שוין ביידע אַף אויסנוייניק. אָ, וי מרים וועט זיך היינט פרייען !

} {1

אין אַ שאַפּ פון זיינערלעך, באַ איין טיש, זיצן זיי ביידע --- דער טאַטע חיים קופּער מיט זיין זון מאיק? קופּער. דער טאַטע מיט אַן אָנגעבויגענעם האַלז צום טיש און מיט אַ שפּאַקטיוו אַפן אויג. דער זון מיט אַן אָנגע- בויגענעם האַלז און מיט אַ שפּאַקטיוו אין אוינ. זיי שטעלן אַרױף אֵף זייערע אינסטרומענטן פיצעלעך שרייפעלעך, װאָס אַפּילו די דורכזיכטיקע לופט קאָן זיי באַהאַלטן. טאַטע און זון שטעלן צונויף זייגערלעך. פון שטומע, טויטע שרייפעלעך און רעדעלעך און ספּרוזשינעס ווערט צונויפנעשטעלט אַ קליינער קיילעכדיקער קערפּער, און דער קערפּער באַקומט לעבן און הויבם אָן צו פּולסירן, אַ לעבעדיקער אָטעם הויבט אָן צו שלאָגן טיק, טיק, טאַק, זייגער- קערפּערס אַף די ווענט, קליינטשינקע קערפּערלעך אין די שופּלאָדן, אין די קעסטעלעך. נרויסע טאַטעס-זיינערס און קליינע קינדערלעך-זיינערלעך און עופה'לעך-זיינערלעך, אַלֶע לעבן, אַלע פּולסירן. צויי כישוף-מאַכער, דער טאַטע חיים מיט זַיין זון מאַיקל.

טאַטע און זון --- אַ גרויסער בוים מיט אַ קליין בוימל. . דער טאַטע מיט אַ צעלאָפענער קודלע האָר, און דער זון מיט אַ צעלאָפענער קודלע האָר, נאָר באם טאַטן זיינען די שפּיצן האָר שוין גרוי.

חיים דער זיינערמאַכער, דער געוועזענער בונדאָוועץ, װאָס האָט געקערט וועלטן צוזאַמען מיט זיין כלה װעראַ די מאָדיסטקע, אין זייער שטעטל, אין באָברויסק. ביידע געווען פאַרשיקט אין סיביר, ביידע זיינען אַנטלאָפן פון דאָרטן קיין אמעריקע און זיך באַזעצט אין קלינטאָן סטריט.

צװאַנציק יאָר איז װועראַ אַלט געווען ווען אירע האָר זיינען גרוי געװאָרן. פאַר די אויגן פון אַלע פּאליטישע אַרעסטירטע זיינען אירע האָר גרוי געװאָרן, ! ווען זיי האָבן זיך געשלעפּט מיטן עטאַפּ איבער די ברייטע, גרויסע און אומענדלעכע שנייען.

דאָס קינד מאַיק? איז נאָך ניט געהאַט געבוירן געװאָרן אַף דער וועלט, נאָר נעלעגן אַ רויע אומבאַשטימטע מאַסע אין דער מאַמע'ס אינגעוויידן, און די עלטערן האָבן שוין באַשטימט זיין צוקונפט. ס'איז באַ זיי נאָר קיין שום צווייפל ניט געווען, אַז א זון װערט צו זיי געבוירן. װעלן זיי שוין זייער זון דערציען אין אַ רעװאָלוציאַנערן גייסט. אַ פירער פון אַרבעטער- קלאַס װעט ער זיין. אַףּ גרויסע מאַסן-פאַרזאַמלונגען װעט זייער זון שטיין אַף דער פּלאַטפאָרמע און װועט בויגן זיין קאָפּ אַהין און אַהער, זיינע אויגן וועלן שפּריצן פייער, זיינע ליפּן וועלן ריידן שטאַרקע רעװאָלוציאָנערע רייד.

אַזױ האָבן זיי אים טאַקע געזען, איידער ער איז נאָך געבוירן געװאָרן.

} 1

טאַטע און מאַמע האָבן אַפילן זיך פאָרגעשטעלט זיינע שטריכן, דעם קאָלִיר פון די האָר, דעם שניט פון מויל, די פאָרמע פון די אויגן.

אַ יונג פַּאָר פאָלס, װאָס איז אַריינגעפאַלן גלייך פון סיביר אין אַזאַ טומלדיקער רוישיקער נאַס און האָבן ניט געקאָנט שלום מאַכן מיט דער טעמפּקײט און גלייכגילטיקייט פון די מענטשן דאָ אין אַמעריקע צו די גרויסע באַפרייאונגס"אידייען, האָבן זיי אַריינגעטרוימט אַלע זייערע יוגנטלעכע רע- װאָלוציאָנערע פלאַטערנישן אין דער רויער מאַסע פון דעם מענטשעלע, װאָס איז נאָך געלעגן אין די אינגעוויידן פון דער מאַמען, און געדאַרפט ערשט געבוירן ווערן.

זייער זון מאַיקל וועס פירן דעם אַרבעטער-סלאָס פון אַמעריקע. אַ גרויסע רעװאָלוציאַנערע פּערזענלעכקייט װעט ער אויסװאַקסן. דערוויי? אַלס איננל איז ער געווען ענלעך צו אנדערע אינגלעך פון קלינטאָן סטריט. זיך גנעשלאָגן, זיך געראַנגלט, געקעמפט פאַר דער פּאָזיציע פון דעם שטאַרקסטן אין בלאָק. טאַקע נים געווען אַזױי חוצפּה'דיק װי די איבעריקע. טאַקע גערעדט אידיש מיט זיינע עלטערן. ליב געהאט צו הערן די מעשיות, װאָס זיין מאַמע האָט דערציילט וועגן סיביר, און וועגן די רעװאָלוציאָנערן פון רוסלאַנד. אָבער אַף דער גאַס, צווישן די קינדער, איז ער געווען פּונקט אַזױי ווילד, װוי אַלֶע איבעריקע קינדער.

זיי האָבן נים פאַרשטאַנען, די עלטערן, אַז זייער זון מאיק? לעבט אין צוויי וועלטן אין דער וועלט פון זיין אייגן הויז, וואו אידעאַליסטישע טאַטע- מאַמע װאַרימען אויס זיין געדאַנק צו העכערע זאַכן אין לעבן, און אין דער וועלט פון קלינטאָן סטריט, וואו מאַיקל מוז זיך צופּאַסן צו אַלֶע אַנדערע קינדער, זיי נאָכטאָן, זיי אַפיפן אַריבערשטײגן, כדי נים זיין פאַרשעמט אין זייערע אוינן, כדי די דאָזיקע קינדער-געזעלשאַפט זאָל אים ניט אַרױסטרײבן פון אירע רייען, זאָל אים ניט אָנטאָן קיין צרות.

אין זיינע בחור'שע יאָרן האָט ער אָנגעהויבן איבערצוניין נאָר אין אַן אַנדער וועלט, אין דער וועלט פון ביכער. די ליבע צו ביכער איז שוין געווען אַ דירעקטער רעזולטאַט פון זיינע עלטערנ'ס דערציאונג. זיי האָבן אים די גאַנצע צייט געהאַלטן אין איין אַנרעגן צו שיינסייט, צו גרויסע טאַטן, צו שיינע אידייען. אין די ביכער האָט ער אויך געפונען אַ סך שיינקייטן,

ס'זיננט זיך דעם טאַטן. ער האָםס נעזיגט איבער דער אַמעריקאַנער נאס, ס'דרייט זיך אים דער קאָפּ. ער איז שיכור, דער טאַטע, און ער זינגט שוין אַף אַ קול ,וויכרי װראַזשדעבניע". לאָזן װוינטן ווייען, לאָזן שטורעמס צאָרענען, און אין ווינט און אין שטורעם . . .

} 1

װאָס-זשע פּלוצלוננ איז היינט אַזױ ליכטיק אין הויז?

וי מרים װועט זיך היינט פרייען! מאַיקל שפּרינגט אַרױף די טרעפ, דאָס האַרץ זיינס לויפט פאַר אים. ער קאָן ניט איינהאַלטן די נייעס. שויז אַ גאַנצן טאָג אַז ער האלט די נייעס און דער אָטעם פאַרכאַפּט אים אַלעמאָל, ער װעט אַריינלויפן צו מרימ'ען און װועט איר נלייך זאָגן, װועט אים שוין לייכטער ווערן און ער וועט קאָנען בעסער אָטעמען.

װאָס-זשע פּלוצלונג איז היינט אַזױ ליכטיק אין דעם הויז ? עס ברענען די נאַזדרערן אין ביידע צימערן, עס ברענט דער נאַזדאויוון אין קיך. גרויסע טעפּ קאָכן און זידן. די מאַמע װועט דאָס היינט צונרייטן די גוטע, טייערע מאכלים צו איר טאָכטער'ס חתונה. אֵף אַ בענק? זיצט בעסי לעבן אויוון. שטיין אַף די פיס קאָן זי ניט, זיצט זי, מישט און פאַרזוכט, און װואַרפט אַריין אַלֶע נויטיקע גרינװאַרג. זי זיצט, קאָבט, מישט, און וויינט אין דער שטי?, איר טאָכטער מרים טוט דאָס צוליב איר. אַ יוננ-לעבן איז זיך מקריב פאַר איר, בעסי'ן, און זי איז שוין אַן עלטערע פרוי, אַ קראַנקע, אַ צעבראַכענע. אָפּהאַלטן מרימ'ען קאָן זי אויך ניט. ס'איז דאָ די קליינינקע ליוסי. מישט זי און פאַרזוכט, באַזאַלצט און באַפעפערט, און באַוויינט דעם גורל? פון איר טאָכטער.

אוי, װי זי שיינט, די מומע ביילע. איר אױיסנעדאַרט פּנים בליט. אירע קנייטשן פרייען זיך. אירע אוינן שיינען. זי פּוצט דאָס הויז. באַלד דאַרפן די נעסט קומען, באַלד דאַרף אויך דער שמש מיטן רב קומען. דער חתן מיט זיינע קרובים, אין די דאָזיקע עננע צימערלעך װועט מען פּראַווען די חתונה אָן כלי-זמר, וויי? די כלה איז אַ יתומה, און ויי?ל קיין סך פריינט איינ- צולאַדן האָבן ניט סיי די כלה און סיי דער חתן. די פריינט, די לאַנדסלײיט האָבן זיך פארלוירן אין די שווערע ארימע יאָרן, מען ווייסט ניט וואו זיי זיינען אהינגעקומען .

די מומע ביילע נרייט דעם טיש און זיננט זיך אונטער אַ לידל. שון אָרום צװאנציק יאָר ניט געזוננען, איצט האָט זי זיך צעזוננען. ס'איז אַ לידל נאָך פון דער חיים :

שיין בין איך און שיין איז מיין נאָמען. איך קום אַרױיס פון נאָלע רבנים,

} 1

רבנ'ישע תורח איז דאָך זייער גרויס, און איך בלי באַ מיין מאַמען וי אַ שיינע רויז .

--- שיין איז זי, שיין, די מומע ביילע און גרויס אין. איר יחום, און איצטער מאַכט זי חתונה מרימ'ען מיט אן אַנדערן יחוס,

מרים מיט אַן אויסנעשטרעקטן ווייסן שיינעם האלז מיט די גרויסע אויגן, װאָס זיינען אָנגעזאַפּט מיט אַזאַ מין ברוינלעכער ליכטיקייט. אין אַ ווייסן קלייד, מים די לאַנגע טרויעריקע הענט,. די פלעמלעך פון גאַזדרער שפּינלען זיך אִפּ אין אירע קופּערנע רויטע האָר, אַ בלאַסע איז מרים און זי באַנעננט מאיקל'ען אַף דער שוועל. זי האָט אים ניט צונעגרייט צו זיין אומגליק, זי האָט אים ניט נעקאָנט זאָנן וועגן דעם. זי האָט זיך געלאָזט קושן און אַרומנעמען פון אים, אויך מיט אַ נאַכט פריער, ווען זי האָט שוין געוואוסט, אַז איר סוף איז נאָענט,

-- אַ, אַ גאַסט, מיסטער מאַיקל קופּער ! --- רופט אויס די מומע זייער ברייטלעך און נאַסטפרײינטלעך. --- געקומען צו מרימ'ס חתונה ? זייער פיין פון אייער זייט, זייער פיין,

ער האָט שוין פאַרנעסן, מאַיקל, אין זיין פּאָעמע , מיינע ברידער פון קלינטאָן סטריט". ס'האָט געגעבן אַ יאָג אַ װוינט אין די אויערן, און ס'האָבן אויפגעריסן ראָרטן אינעװוייניק הילכיקע דונערן.

מיטן איינגעבויגענעם האַלז, מיט גרויס אונטערטעניקייט, ניט זאָגנדיק קיין װאָרט, דרייט ער זיך אויס אַף צוריק. קאָזט זיך אַראָפּשפּאַנען די טרעפּ און מרים נאָך אים. אַ שולדיקע, אַ פלאַמערדנדיקע, זי װוי? אים דער- קלערן, זי װוי?ל זיך פאַרענטפערן פאַר אים. אָבער זי האָט אים שוין ניט געקאָנט דערקלערן.

אַ קילער פאַרנאַכט. דער זומער איז שוין נאָענט צו האַרבסט, די זון זעצט זיך אין איסט-ריווער. די צענדליקער טויזנטער פענצטער פון די הויכע מויערן אין מאַנהעטן שיסן אַרױס דורך די שויבן גאָלדענע